מעמד יציקת הבורות אין "מחנה אהל יצחק" דחסידי ראחמיסטריווקא אין עלענוויל – ניו יארק

פרייטאג פ' בה"ב • כ"ה אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


שטייענדיג שוין גאר נאנט צום זומער סעזאן, ווען עס וועלן בעזהשי"ת געעפענט ווערן די שערי המחנה פון "מחנה אהל יצחק" דחסידי ראחמיסטריווקא אין עלענוויל – ניו יארק איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה אינעם קעמפ, וואו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז ספעציעל ארויסגעקומען צו די קאנטרי און געגאסן די בורות הטבילה פארן מקוה. נאכן מעמד איז דער רבי ארומגעגאנגען, אין זיך צוגעקוקט פון די נאנט ביי די פארטיגע בנינים אינעם קעמפ וואס איז אויפגעבויעט געווארן אין א קורצן זמן פון בלויז איין יאהר, מיטן פלאן צו שטיין פולקאם גרייט צום התחלת עונת הקיץ.

די עסקנים אין שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרב משה יהושע קרעמער האבן צוגעוויזן דעם רבי'ן ארום די קעמפ, און באזונדער צוגעוויזן די נייע באנגעלאָו קאלאני גאר נאנט צום קעמפ, וואס מען האט נארוואס געשלאסן מקח, וואו די חשוב'ע איינגעשטעלע וועלן זיך אי"ה אויפהאלטן איבער'ן זומער.

דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים אינעם בנין הביהמ"ד פונעם כתה למכינה, וואו מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד המאורע, זייענדיג מסיים מיט א ברכת קודש פאר אלע עוזרים ומסייעים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ