פאנטאסטישע $7,500,000 געשאפן ביי סוקסעספולע 'פתיחת שערים' קאמפיין להשלמת בנין ביהמ"ד הגדול באבוב-45

דאנערשטאג פ' בהר בחקותי • כ"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין א היסטארישע דערגרייכונג האבן חסידי באבוב 45 עררייכט דעם אומגלויבליכער ציפפער פון איבער אכט מיליאן דאללער וואס איז צוזאמגשטעלט געווארן דורך אריבער 10,000 נדיבי לב פון איבער די גארער וועלט אין בלויז צוויי טעג שאפנדיג דעם אומגעהויערן סוקסעס, וואס איז באוויזן געווארן ביים 'פתיחת שערים' קאמפיין צו פארענדיגןדעם בית גדול וקדוש ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק.

אינעם צווייטן טאג פונעם קאמפיין איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ערשינען אינעם ״קאמפיין העדקווארטערס״, די קאמענד צענטער אין די פעלעס זאלן, און זיך צוגעקוקט ווי די הונדטערטער חסידים, בעלי בתים נכבדים, ארבעטס יונגעלייט, אין אידן העוסקים על המחי׳ ועל הכלכלה צוגלייך ארבעטן מיט׳ן גאנצן קראפט צו ברענגען נאך און נאך נדבות.

דער רבי האט משמיע געוועהן דברי תודה וברכה, ארויסברענגענדיג זיינע געפילן פון התרגשות זעהנדיג די סכומים הגונים און די מספר פון תורמים וואס האט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, די רבי האט ארויסגעבענגט מיט התפעלות, די מידת האחדות, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים וועלכער האבן געארבעט מיט׳ן גאנצן הארץ און געפיל.

ויהי בחצות הלילה ווען ס׳איז געקומען דער מאמענט האבנדיג דערגרייכט דעם ציל פון זיבן מיליאן דאללער האט מען זיך ארויס געלאזט און פייערדיגע ריקודים, און עס איז געהערט געווארן א פייערדיגע דרשה דורך דעם רבינס זוהן הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א וועלכער האט באדאנקט אלע עושים ומעשים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ