תשלומין: האד' מאלכסנדר ביים ציון הרשב"י באתרא קדישא מירון אין די טעג נאך ל"ג בעומר

דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה פרקוביץ


די וואך מאנטאג איז כ"ק האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון אין באגלייטונג פון א עדה חסידים אלס השלמה צום גרויסן טאג ל"ג בעומר. ביים אנקומען קיין מירון איז דער רבי אריין אינעם מערה וואו מען האט מתפלל געוועהן א תפילת רבים לישועתן של ישראל. דערנאך איז דער רבי ארויס צום חצר פונעם מערה וואו דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי. מען האט געזינגען די ניגונים און פיוטים פון ל"ג בעומר און דערנאך אמר רבי עקיבא בעת די רבי איז ארומגעטאנצן די מדורה מיט גרויס התלהבות.

דאן האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, משמיע געוועהן דברות קודש און פארטיילט שיריים פאר די חסידים. ביים ארויסגיין זענען צוגעקומען צום רבי'ן פילע אידן וועלכע האבן זיך מזכיר געוועהן לברכה וישועה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ