מיטוואך פ' בהר בחקותי • כ"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד ארזני
פארלאפענעם וואך אין די טעג בעפאר ל"ג בעומר איז מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ארויסגעפארן קיין 'מושב מבוא חורון' אין די גלילות פון ירושלים, צו שניידן די ווייץ פאר די מצות פונעם קומענדיגן חג הפסח תשפ"ו הבעל"ט, און זיך אומקוקן אויפן פראצעדור פונעם קצירת חיטין אונטער די השגחה פון די עדה החרדית.
דער גאון האט זיך אומגעקוקט ביי די ווייץ שניט דורך די מקורבים לשם מצות מצוה, און דערנאך אראפ צום פעלד און בטירחיה דגברא רבה אליינס געשניטן די ווייץ, מקיים צו זיין דעם "מצוה בו יותר מבשלוחו".