נִמְשַׁחְתָּ מִמִּדַּת הַקֹּדֶשׁ • אלפי חסידי סקווירא מיטעלעבט גאר געהויבענער ל"ג בעומר בצל הקודש

מיטוואך פ' בהר בחקותי • כ"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


אשרי עין ראתה, די פייערליכע מעמד הדלקה לכבוד היום ל"ג בעומר בחצר הקודש סקווירא וואס איז ווי אין די פארגאנגענע יאהרן געוועהן א געהויבענער איבערלעבעניש פאר יעדן וואס האט דאס מיטגעהאלטן.

היי-יאר, איז די מעמד ההדלקה פארגעקומען דאנערשטאג נאכט בכניסת היום נאך מעריב און ספירה הוד שבהוד דורך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. אנגעהויבן פון די שפעטע נאכמיטאג שעהן האבן זיך מאסן אידן פון איבער גרעיטאר ניו יארק, ניו דזשערסי, און די ארומיגע סטעיט'ס, פארזאמלט אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פארקינג לאט וועלכע איז ספעציעל דעזעגנירט געווארן צו קענען אקאמאדירן די ציבור האלפים, די לאנגע פופצן שטאקיגע פארענטשעס זענען אויך גלייך איבערגעפילט געווארן מיט טויזענטער אברכים און בחורי חמד.

ארום ניין אזייגער איז די רבי שליט"א ערשינען צום מעמד און ארויף ביז צו די פלאטפארמע נעבן די מקום המיועד פאר די מדורת קודש, מען האט אנגעהויבן זינגען ווארעמע ניגוני התרוממות והתעוררות ביזן זמן מעריב ווען מען האט געדאווענט מעריב אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א ברוב עם. בעפאר שמונה עשרה האט מען צוגעברענגט א מחיצה וואו דער מנהג פון רבי'ן צו דאווענען אין א חדר מיוחד. נאך מעריב האט מען געהאט די זכיה צו הערן קולו הקודש ביי ספירת העומר מיט גרויס התעוררות.

נאך מעריב האט הר"ר מיכל אייזנבערג הי"ו אדרעסירט די מעמד מיט דברי התחזקות בעניני טעכנאלאגיע ובפרט האט ער מעורר געוועהן איבער די פשוטע טעלעפאנען וואס פארמאגן בלויז טעקסט, בילדער אדער מוזיק וואס רבים חללים הפילה.

נאכן זינגען א ניגון הכנה האט מען געהערט לענגערע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א איבער די גודל קדושת היום און זעהן אויסצונוצן אזא הייליגע טאג און גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא רבי שמעון דורך זיך דערווייטערן פון די אלע כלים הטמאים. אין חיזוק לימוד התורה, צניעות און קדושה. די רבי שליט"א האט דערמאנט די היסטארישער מעמד הכנסת ספר תורה און געהייסן ממשיך צו זיין די התעוררות אין א בחינה פון מוסיף והולך, די רבי האט ארויסגעבענגט די גרויסע זכות הרבים און ווארעם אנגעוואונטשן די באטייליגטע ציבור מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות דער הייליגער קארלינער זמר קה אכסוף, וואס מען האט איבערגעזינגען אויף אידיש מיט די ווערטער 'רבונו של עולם האב שוין רחמנות' בשעת די רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צו די מקום המדורה און געגאסן אויל פון עטליכע זילבערנע קריגלעך וואס איז איבערגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' שלום בער פישל הי"ו מראה"ק.

הנגיד ר' יו"ט ליפמאן דירנפעלד הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן דעם פייער-פאקל לידו פונעם רבי'ן שליט"א, און בעת דער ציבור האט פייערדיג געזינגן "לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי" האט דער רבי שליט"א אנגעצינדן דעם מדורת אש, זייענדיג מדליק דערמיט דעם ברענענדיגן פלאם אין די הערצער פון די טויזנטער חסידים וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, בעת דער רבי שליט"א איז מעודד די ריקודין של שמחה וואס האט זיך פארצויגן אויף א לענגערע צייט.

בשעתן זינגען די פזמונים און נאך פרייליכע ניגונים, האט זיך דער רבי נאכאמאל אויפגעשטעלט צו מעודד זיין די ניגונים מיט א להבת אש, אזוי האט מען געטאנצן מיט ריקודין עילאין ביז נאך 11:00 באנאכט.

פרייטאג ערב שב"ק איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום, ביים עריכת השולחן האט די רבי שליט"א מכבד געווען די רבנים חשובים מיט ניגונים, צווישן זיין הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא און הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, צו זינגען בר יואי.

בשעת עריכת השולחן האט מען געזינגן ניגוני התעוררות מיט א דביקות און ברען ווען פונעם רבינס אויגן גיסט זיך טייכן טרערן למען עמך ישראל הזקוקים לדבר ישועה ורחמים.

מיט הגבהת הכוס צו ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"צ ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א דיין אין מכון להוראה, די רבי שליט"א האט געבענטש און דערנאך איז די ציבור האלפים אריבער וואונטשן לחיים, ביז אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן ווען די רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ