בראש קהל חסידיו: האד' מתולדות אהרן אנגעקומען ל"ג בעומר קיין אתרא קדישא מירון

דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


מיט גרויס דערהויבענקייט איז פאראיבער דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר און די נאכפאלגענדע שבת אמור בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

דאנערשטאג נאכט בכניסת היום האט דער רבי אפגעראכטן די הדלקה – כמידי שנה בשנה אויפן גרויסן באדן פארנט פון ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין די מאה שערים געגענט.

פרייטאג נאכמיטאג בפניא דמעלי שבתא איז דער רבי אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון ווי דער רבי איז באלד צוגעגאנגען צום דאך פונעם ציון הק' און אנגעצינדן די מדורה, אויפן פלאץ ווי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט אנגעצינדן די הדלקה א נאכט פריער ליל ל"ג בעומר, אויף וואס דער רבי האט צוגעגאסן אויל און וואטע און ארומגעארבעט כדרכו בקודש, ווי זיין שטייגער בשנים קדמוניות.

מ'האט געזינגען די ניגונים און פזמונים פון ל"ג בעומר, און צום סוף האט מען אויך געזינגען ניגוני שבת קודש. ארום פינף אזייגער נאמכיטאג האט דער רבי פארלאזט מירון און איז צוגעפארן קיין צפת, ווי דער רבי האט געפראוועט דעם פארלאפענעם שבת, בבית האכסניא ביי הנגיד ר' יצחק משה יאגודה הי"ו.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ