דינסטאג פ' בהר בחקותי • כ"ב אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם פארלאפענעם וואך פ' אמור האט זיך כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א ארויסגעלאזט אויף אן אייגענארטיגע נסיעה צום "עזה גרעניץ" כאות הוקרה פאר די נגידים ותומכים וואס שטיין לימין הקודש פאר'ן רב'ינס צדקה קאסע "תרומות הקודש" וואס העלפט ארויס פילצאליגע נצרכים במשך השנה.
מאנטאג א' דר"ח אייר האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט פון אשדוד אינאיינעם מיט ארום 60 נגידים ותומכים צום געגנט פונעם עזה גרעניץ, צום מושב סעד וואו עס וואוינען א שיינע צאל אידן, שומרי תורה ומצוות, א גרויס טייל פון זיי זענען געראטעוועט געווארן בניסי נסים ביי די בלוטיגע "שמחת תורה אטאקע" בשנת תשפ"ד.
דער רבי שליט"א האט דארט געדאווענט א ווארעמע תפלת שחרית הלל און מוסף, און דערנאך מעריך געווען א שלחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, אדרעסירנדיג בתוך דבריו די געוואלדיגע נסים וואס דער אויבערשטער האט געטון במקום הזה, אז די רוצחים האבן נישט מצליח געווען צו האבן א שליטה דא און דורכפירן זייערע מעשי רצח, אלעס אדאנק די שמירת שבת, וואס דאס ווייזט דעם גרויסן כח פונעם הייליגן שבת וואס באשיצט יעדן איד בכל מקום ומצב שהוא.
שפעטער איז דער רבי צוגעפארן אין באגלייטונג פון די נגידים צום אומגעגנט פונעם מושב, ביי א שייד-וועג וואס פירט צו עטליכע ריכטונגען, וואו עס איז פארגעקומען שרעקליכע הריגות ביי די אטאקע, אויפ'ן פלאץ האט מען געהערט די דרשה דורכן היסטאריקער הרב ישראל גאלדוואסער, שילדערנדיג סיפורי השגחה פרטית פון אידן וואס זענען געראטעוועט געווארן מצפרני הרוצחים. אויפ'ן פלאץ האט דער רבי שליט"א געמאכט א "קל מלא רחמים" אויף די אלע קדושים הי"ד.
מ'האט געזינגען הארציגע ניגונים, יודע בגוים, און אני מאמין, מיט גרויס רגש, און דערנאך איז דער רבי שליט"א צוריקגעפארן למעון קדשו אין אשדוד, בעת דער נגידים האכן ווייטער ממשיך געווען די נסיעה, ארומרייזנדיג אין די ארטיגע ישובים און היסטארישע ערטער, וואו דער היסטאריקער הרב ישראל גאלדוואסער האט געשילדערט די היסטאריע פון אלע מקומות, ובפרט די פלעצער וואו עס האבן געוואוינט די אבות הקדושים און די אידן בימי ביהמ"ק און שפעטער.
שפעטער פארנאכטס איז מען אנגעקומען צום עיר האבות חברון, פאר ארום צוויי שעה האט מען ארומגערייזט צו די היסטארישע ערטער, בעיר מגורי האבות הקדושים. דארט האבן זיך מצרף געווען צו די נסיעה נאך א גרופע חסידים תומכי הקופה.
אויפדערנאכט האט זיך דער רבי שליט"א צוריק אנגעלשאסן צום סדר הנסיעה, און מ'איז געפארן צום מערת המכפלה, וואו מ'האט געדאווענט א ווארעמע תפלת מנחה ביי די קברי האבות, דערנאך איז געווען תפלת מעריב און דער רבי האט מיט א געוואלדיגע התעוררות פארגעזאגט ספירת העומר.
דערנאך איז פארגעקומען א התעוררות'דיגע מעמד אמירת תהילים ביי די קברי האבות ואמהות, און דערנאך איז געווען א געלעגנהייט ווען יעדער איז אריבער ביים רבי'ן זיך מזכיר זיין בפתקא דרחמי, און דער רבי האט פאר יעדן געוואונטשן ברכות לרוב.
שפעטער איז מען אריבער צו א פראכטפולן זאל, סמוך ונראה צום מערת המכפלה, וואו ס'איז אפגעהאלטן געווארן א רייכע סעודת ר"ח ומעמד הוקרה לכבוד הנדיבים בעם.
אין א זייטיגע שטוב איז פארגעקומען פאר די גרעסערע נגידים א ספעציעלע מלכות'דיגע סעודה געווידמעט פאר די גרעסערע נדיבים וועלכע האבן זוכה געווען לסעוד על שלחן המלך, און אויף א גאר געהויבענעם און ליבליכן אופן פארברענגט מיט'ן רבי'ן.
שפעטער איז דער רבי אריין צום צענטראלן מעמד הוקרה במעמד כל קהלה אלע תומכים, עס האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרב נטע ווייס, די קאפעליע האט מהנה געווען בשירה וזמרה, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש בגודל מעלת הצדקה, און ארויסגעברענגט א גרויסע הערכה פאר די אלע וואס שטייען לימין קדשו, און באדאנקט מעומק לבו.
נאכ'ן בענטשן זענען אלע נגידים אריבער דעם רבי'ן און דער רבי האט יעדן געוואונטשן ברכות לרוב, און פאר די גרעסערע נדיבים האט דער רבי געשאנקען א מתנת קודש, א טייערע גארטל.
דער רבי איז אהיימגעפארן למעון קדשו, בשעת די נדיבים זענען פארבליבן אויפ'ן ארט וואו ס'איז פארגעשטעלט געווארן א גייסטרייכע פראגראם וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעטער אויפדערנאכט.