הרבנים בני האד' מסקווירא באזוכן ביי נארוואס אפגעקויפטע קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר

מאנטאג פ' בה"ב • כ"א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ניסן ב.- י. שטיין


פארלאפענעם וואך דינסטאג האבן די ברודער הרבנים שליט"א הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי יצחק טווערסקי, בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אפגעשטאט אן ערשטמאליגער באזוך ביים גיגאנטישן שטח אין ניו ווינדזאר, וואס מען גרייט זיך צו שליסן מקח צו דינען אלס אכסניא של תורה, פאר די סניפי ישיבה גדולה וואס זענען ביז היינט געווען קווארטירט אין געדינגענע לאקאלן אינדרויסן פון שיכון סקווירא.

דעם רבינס קינדער זענען ארומגעגאנגען ארום דעם ריזן קאמפלעקס אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבות און די "וועד העסקנים", וואס כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א האט אויפגענומען זיך אפצוגעבן מיט'ן היסטארישן מקח פונעם נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות".

פאר אריבער א שעה צייט האט מען באטראכט אלע בנינים און די שטחים ארום, פון 22 אקער-לאנד. ביים אנקומען צוריק קיין שיכון סקווירא זענען זיי אריין בקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און איבערגעגעבן א גריס פונעם באזוך ביים קרית הישיבות.

אין אנדערע נייעס איז פארגאנגענעם שב"ק פ' תזריע טהרה, אויסגערופן געווארן א הכרזה אין גרויסן ביהמ"ד אין שיכון סקווירא דורכן משב"ק הרב דוד בערגער, בשם ובשליחות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואו ער האט צום ערשט אפגעגעבן א שבח והודאה אז מען האט נאך גרויס יגיעה און השתדלות געפינען אן אייגענעם אכסניא של תורה פאר די ישיבות, און ענדליך קענען קומען אל המנוחה ואל הנחלה.

ווי פארשטענדליך נויטיגט מען זיך אין ריזיגע סכומים וואס דארף געשאפן ווערן אין א קורצע זמן, כדי צו קענען גומר זיין די מקח און דעריבער איז באשטימט געווארן צו לאזן אין גאנג א מאסיווער קאמפיין צווישן דעם היימישן סקווירא עולם אויפצוטרייבן די געלטער.

אין די זעלבע צייט איז אויסגערופן געווארן די הכרזה אין אלע בתי מדרשים דחסידי סקווירא איבער די וועלט, בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, מיטן פערזענליכן בקשה פונעם רבי'ן שליט"א, פאר די חסידים צו העלפן שאפן דעם ציל פון 11 מיליאן דאללער – די אסטראנאמישע סומע וואס האט געקאסט אפצוקויפן דעם גיגאנטישן שטח רבתי.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ

וְיִשְׂמְחוּ כָּל הָעָם • חג הסוכות בחצר הקודש קאפיטשניץ