הוד שבהוד: ל"ג בעומר אין באיאן אריבער מיט ספעציעלע התרוממות

פרייטאג פ' אמור • י"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט התרוממות הנפש האבן טויזנטער חסידי באיאן זוכה געווען מיטצולעבן דעם יו"ט ל"ג בעומר בצל כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, אין אתרא קדישא מירון, ווי די לאנגיעריגע חזקה פונעם רבי'ן שליט"א אנצינדן די מדורת אש, די צענטראלע הדלקה אויפן גג הציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

דאנערשטאג ערב ל"ג בעומר אין די מיטאג שעה'ן איז די רבי שליט"א אריינגעפארן פונעם מקום הנופש אין מושב אבני איתן אין רמת הגולן אין צפון ווי די רבי האט געווויילט אין די לעצטע פאר טעג אויף מנוחת הנפש, ווי די רבי איז אנגעקומען צום אכסניא אין אתרא קדישא מירון און זיך צוגעגרייט בהכנה דרבה צום הייליגן טאג.

אין די זעלבדע צייט האבן טויזנטער באיאנער חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל געמאכט די לאנגע וועג מכל מקומות מושבותיהם קיין אתרא קדישא מירון מיצוהאלטן האי יומא אריכתא בצל הקודש, און שוין פון די נאכמיטאג שעה'ן איבערגעפילט די גרויסע שטח פון באיאן און די ארומיגע שטחים צו כאפן א גוטן פלאץ מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן.

די חסידים זענען איבעראשט געווארן בעת די רבי שליט"א איז ערשינען צום מתחם ההדלקה אנגעטוהן מיטן שטריימל, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס די רבי גייט אנגעטוהן מיט א שטריימל ל"ג בעומר אין א געווענדליכן וואכן טאג. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט תפילת מנחה און אמירת תהילים ברוב עם פארגעזאגט דורכ'ן ראש ישיבה הגאון רבי צבי ראבינאוויטש, וואס האט געמאכט א באזונדערע מי שברך לרפואתם השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר, און כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א רבי משה בן מרים.

נאך מעריב איז פארגעקומען די מעמד הדלקת הנרות לזכר נשמתם פון די פינף און פערציג נשמות טהורות וואס זענען נפטר געווארן ביים ציון הרשב"י, שטייענדיג פיר יאהר צו יענעם ביטערן טראגעדיע, די רבי שליט"א האט אנגעצינדן א נר תמיד באגלייט מיט ווארימע ניגוני התעוררות פארגעזינגען וואקאליש דורך די בעלי מנגנים.

ביים זמן מעריב האט מען זיך געשטעלט דאווענען, און תיכף נאך מעריב האט מען אנגעהויבן די אויסגעווייקטע ניגון 'יראה אל עבדיך' מיט א חרדת קודש, הנגיד ר' משה פרץ שווארץ הי"ו האט איבערגעגעבן דעם פאקל פאר'ן רבי'ן, האבנדיג די חזקה די לעצטע פאר יאר, און דער רבי האט מדליק געווען די צענטראלע מדורה אויפן דאך פון די מערה, ווען אלופי אלפי ישראל הייבן זיך אין די לופטן לכבוד התנא האלקי.

דערנאך איז דער רבי אריבער אנצוצינדן די צווייטע מדורה, ביים ציון פונעם תנא רבי אלעזר ב"ר שמעון, כנהוג, וואו מ'האט ממשיך געווען מיט די ניגונים און פזמונים, עס איז געווען קענטיג אז די רבי שליט"א האט מקצר געווען די הדלקה מפני כבוד השבת הממשמש ובא.

דערנאך האט די רבי אפגעראכטן די חאלאקעס פאר די צענדליגע ילדי החסידות, צווישן זיי אן אייניקל, א זון פון חתנא דבי נשיאה הרב מאיר בורנשטיין זון פון כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב שליט"א.

דערנאך איז די גאנצע ציבור ארויף צום מתחם בני עקיבא און זיך געוואשן צו א ברייטע סעודת הילולא כיד המלך לכבוד התנא האלוקי, און ארום 11 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צום טיש, די רבי האט זיך נישט געוואשן צום סעודה און אפגעראכטן א קארצן טיש צוליב ערב שבת.

די טיש איז געווען באגלייט מיט כלי זמר דורך די באיאנער קאפעליע, בשעת די טיש האט די רבי געשאנקען א געבענטשטע פלאש וויין פאר העסקן שלוחי דרבנן ר' מאיר פרוש, און איהם ווארעם אנגעוונטשן מיט פיל ברכות אויף אלע זיינע לייסטונגען פאר היי יאר ל"ג בעומר אין מירון בכלל, און פאר די באיאנער הדלקה בפרט, אויך האט די רבי געשיקט וויין פאר אלע עסקנים וואס האבן צוגעהאלפן אהערצושטעלן די הדלקה על צד היותר טוב.

די הונדערטער געסט פון אויסלאנד וואס זענען געקומען צופארן אויף יו"ט ל"ג בעומר זענען דורך ביים רבי'ן וואונטשן לחיים, און דערנאך האט די רבי זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט חתנו חביבו הרב מאיר בורנשטיין לרגל די שמחת החאלאקע, ארום 12:30 האט די רבי פארלאזט דעם טיש צוריק צום אכסניא אין מירון. פרייטאג צופרי נאך שחרית האט זיך די רבי צוריקגעקערט צום אכסניא אין מושב אבני איתן ווי די רבי וועט וויילן ביז איבער שבת אויף אפרוה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ