וְהָאֶבֶן הַזֹּאת: מלכות'דיגע מעמד "הנחת אבן הפנה" פאר נייער בנין אדיר פון ק"ק סאטמאר ירושלים אפגעראכטן אין קרית יואל

מיטוואך פ' אמור • ט"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


א הערליכער און זעלטענער מעמד ״הנחת אבן הפינה״ איז אפגעראכן געווארן דעם זונטאג אין קרית יואל, ווען כ״ק האדמו"ר מסאטמאר שליט״א האט געלייגט דעם אבן היסוד פאר'ן נייעם בנין האדיר דק"ק סאטמאר ירושלים, וואס ווערט אויפגעבויט בפלטרין של מלך. דער מעמד איז געוועהן מיט'ן השתתפות פון די פילצאליגע נדיבים בעם בוני בית ה', שותפים אינעם פראיעקט, וועלכע האבן געהאט די זכי' צו קענען נעמען א חלק אין גיסן דעם יסוד פאר'ן הקמת בית ה'.

דער מעמד איז געוועהן מלכות'דיג צוגעשטעלט בביתו החדש פון הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו, אינאיינעם מיט א סעודת פסח שני, וואו דער רבי שליט"א האט מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד היום.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער בעל האכסניא וואס האט באגריסט די מסובים, ובפרט האט ער באגריסט די ראשי הקהלה פון ירושלים אינאיינעם מיט די עסקני וועד קרן הבנין, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן צום מעמד.

דאן האט מען געהערט די דרשה פון הנגיד מוה"ר אברהם בראך הי"ו דער רוח החיים און יושב ראש קרן הבנין, וואס האט ארויסגעברענגט דעם גודל הזמן, "אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים", צו בויען א בנין וואס וועט דינען אלס תל תלפיות און גיגאנטישער מקום תורה ותפלה פאר די הונדערטער סאטמארער חסידים בעיה"ק ירושלים, און שטארק משבח געווען די חשוב׳ע עסקנים און נדיבים.

דערנאך האט גערעדט הנגיד מוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו חבר וועד קרן הבנין ווי ער האט צווישן אנדערן אראפגעלייגט פאר די נדיבים בעם א רעפארט פון די בוי ארבעט ביז אהער, און די ווייטערדיגע פלענער אויפן עתיד, נאכדעם וואס מען האט פארענדיגט די לעצטע פאזעס פון אראפגראבן די גאנצע טיפקייט פונעם באדען וועלכע שטייט שוין גרייט צו קענען דערויף ארויפציען דעם ריזיגן געביידע פון אכט שטאק מיט אירע אכציג טויזנט סקווער פוס!

דערנאך איז געזינגען געווארן שיינע חרוזים ברגשי הלב דורך דער גאסט פון ארץ ישראל מוה"ר ישראל אדלער הי"ו, וואס האט בטוב טעם ודעת ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דעם מעמד קדוש.

מיט א חרדת קודש האט מען דערנאך געהערט די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי אגדה בגודל קדושת היום, און דערנאך ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה פון אלע נגידים בעם וואס האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין אזא היילגן בנין אשר משם תצא תורה והוראה לכל העולם, ווי דער בנין וועט אנהאלטן איך זיך א תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל, מקוה טהרה, שטיבלעך, און א בית מדרש. דאן האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט דעם געלעגנהייט צו דאנקן און לויבן דעם בורא כל עולמים על רוב רחמיו וחסדיו מיטן נייעם געזעץ אין ניו יארק וואס וועט בעז"ה אפראטעווען דעם חינוך הטהור. צום שלוס פון די דברות קודש האט די רבי שליט"א געוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע פארזאמלטע נדיבים בעם זיי זאלן זוכה זיין צו אלע ברכות האמורות בתורה.

נאך ברכת המזון איז געקומען די התרגשות'דיגע מאמענט ווען דער רבי שליט"א האט געשטעלט דעם אבן היסוד פונעם נייעם בנין, און שפתותיו מרחשות תפילה, להיות עיניך פקוחות אל הבית הזה, ווען פארדעם איז געזינגען געווארן ווארימע ניגונים ברגשי אש קודש. דער רבי האט געגאסן די צעמענט און דערנאך אריינגעלייגט א שטיקל פונעם פאגלאדע, אויף וואס מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געשטאנען ביים דאווענען עטליכע יאהר באחרית ימיו, אדמת קודש הוא – וואס דער בעל אכסניא ר' זלמן לייב הי"ו האט געהאט אין זיין באזיץ, און דאס אוועקגעגעבן אריינצולייגן אלס יסוד פאר'ן בנין, דערנאך האבן די נגידים בעם בוני הבנין געהאט די זכי' אליינס צו גיסן די אבני היסוד פונעם בנין החדש.

דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט א פייערליכן טאנץ, און די נדיבים האבן אהיימגענומען מיט זיך א מזכרת א מיניאטור פונעם אויג-פארכאפנדן בנין מיט א שטיין לזכרון עולם.

נאכן מעמד האט דער רבי געזעגענט די ראשי הקהילה וואס וועלן בשליחות הקודש אהיימטראגן דעם אבן הפינה צוריק קיין ירושלים, און עס וועט אריינגעשטעלט ווערן ביסוד הבנין, וואס הייבט זיך שוין אן צו בויען לשמחת לבם פון חסידי סאטמאר איבער די גאנצע וועלט.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ