מיטוואך פ' אמור • ט"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
דעם מאנטאג פסח שני איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין באבובער ביהמ"ד אין שטאט מאנסי, ביים דאווענען האבן זיך אויך באטייליגט די עלטערע כיתות אין הת"ת און די תלמידי הישיבות הקדושות דשם. נאך א ברית מילה האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד פסח שני. מ'האט געהערט אמרי קודש פון רבי'ן וואס האט ארומגערעדט פאר די בחורים א טייערע שמועס איבער בשבילי נברא העולם, דערנאך זענען די חסידים ובחורי חמד אריבערגעגאנגען נעמען לחיים. נאכ'ן לחיים איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו זיין פלאץ בביהמ"ד וואו עס זענען צוגעגאנגען עטליכע אידן שלום נעמען.