לעצטע הכנות צום היסטארישן כינוס אדיר להקהל דורך מצא טוב היינט נאכט אין גיגאנטישן אר סי סי קאמפלעקס

מאנטאג פ' אמור • י"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


מיט בלויז דריי שעה פארבליבן צום היסטארישן כינוס אדיר להקהל, וואס קומט פאר היינט ביינאכט אין די גיגאנטישע זאלן פון RCC אין מאנסי, מיט די באטייליגונג פון צענדליגע טויזענטער תושבי מאנסי, זעהט זיך אן מאסיווע צוגרייטונגען צום היסטארישן כינוס להקהל, ווען מ'שטייט שוין אט אט ביי כלל ישראל'ס היסטארישע מאמענט.

שוין וואכן לאנג וואס די מאנסי'ער גאסן שטורעמען שוין אין בעפארברייטונג צו דעם היסטארישן מאמענט, אבער היינט ווערט עס פארווירקליכט. אלע רבני העיר און קהלות הקודש זענען פאראייניגט, גאנץ מאנסי איז מאביליזירט, יעדער איז ביים זעלבן דעה אז מען דארפן דראסטיש שניידן די חתונה קאסטן, און היינט ווערט דאס צעמענטירט אלס א פאקט – אלס די נייע סטאנדארט פונעם שטאט מאנסי.

אויפן פלאץ ארבעט פיבערהאפטיג די בארימטע וויי עף פראדאקשען פירמע וואס איז אויפגענומען געווארן אנצופירן מיט אלע לאגיסטישע דעטאלן ארום דעם היסטארישן כינוס. די ארבייטער פון די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע זענען פארנומען רונדע דעם זייגער אהערצושטעלן און צו דעליווערן אלע בענקלעך און טישן וואס ווערן אויסגעשפרייט איבערן גאנצן זאל, צוצושטעלן די מאקסימום פלעצער פאר די טויזענטער תושבי העיר, וואס גרייטן זיך צו זיין א טייל פון כלל ישראל'ס היסטאריע.

עוד ישמע בערי ראקלענד ובחוצות מאנסי קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה!

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ