שיינע שידוך געשלאסן פון החתן נכד האד' מסאטמאר מיט הכלה בת הגה"צ אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב בארא פארק

מאנטאג פ' אמור • י"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארגאנגאנעם דאנערשטאג פרשת אחרי קדושים איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת התנאים פון החתן המופלג בן הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך אין קרית יואל בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א, מיט די כלה תחי' די טאכטער פון פון הגה"צ ר' ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב ב"פ, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל פון וויליאמסבורג.

די שידוך איז געשלאסן געווארן דינסטאג העל"ט בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג מיט די באטיילונגניג פון די קרובי המשפחה. דאנערשטאג דערויף איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל המתיבתא אין קרית יואל, וואו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די שידוך שליסן פון נכדו החתן ממצויני תלמידי המתיבתא. דער חתן האט געזאגט דעם פשעטיל און דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד די שמחה.

די שמחת התנאים איז פארגעקומען ליל שישי אין די המספיק זאלן אין בארא פארק, וואו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט באשיינט די שמחה בראש המסובים. 

דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך מכבד געווען די זיידע הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"מ במתיבתא דבאבוב צו ליינען די תנאים. מען האט געבראכן טעללער און געזונגען שיינע פאסיגע ניגונים לכבוד די שמחה. עס האט אויפגעטרעטן די מחותן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און משמיע געווען דברות קודש ארומרעדענדיג בעניני נישואין, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים בעניני נשואין פון די גרויסע זיידעס זי"ע פון וועם די חתן כלה זענען אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.

צום שלוס איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ