מאנטאג פ' אמור • י"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין שטוב פון הנגיד ר׳ אליעזר שיינער זענען זיך צונויפגעקומען פאָרשטייער פון אלע קהילות, אינאיינעם מיט א רייע נגידי וחשובי העיר, אין שפיץ פונעם נשיא הגה״צ אב״ד אברכים שליט״א, און אינאיינעם האט מען מטכס עצה געווען וויאזוי אנטקעגנצוקומען די וועלכע וועלן זיך צושטעלן צום גראנדיעזן מצא טוב לעזונג, וועלכער וועט פראקלאמירט ווערן ביים מעמד בעז״ה היינט מאנטאג אווענט, אין די זאלן פון RCC.
ביים אסיפה האבן אויפגעטרעטן עטליכע נגידים בעם און ראשי הקהילה, און האבן אינאיינעם פארשפראכן מתקן צו זיין און ברענגען פרישע זאלן פאר מחותנים וואס ווילן חתונה מאכן מיט א חשבון, און אזוי אויך וועט מען צושטעלן די נויטיגע געשעפטן וועלכע וועלן אראפברענגען די הימלשרייענדע פרייזן, און ארויסהעלפן די וועלכע ווילן חתונה מאכן מיט א נארמאלער בודזשעט.