זונטאג פ' אמור • י"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס פרייד קוקן זיך צו תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט לאנדאן, די גאלאפירנדע בוי-ארבעט וואס איז אריין אין שוואונג ביים שטח הבני' וואו ס'ווערט אויפגעבויט מיט פראכט דער נייער ביהמ"ד דחסידי תולדות אברהם יצחק.
דאס קומט אין א צייט וואס דער עקזיסטירנדער ביהמ"ד איז שטארק אויסגעוואקסן, זייענדיג ביז היינט קווארטירט אין א געדינגענעם לאקאל, און ס'האט זיך שטארק אויסגעפעלט צו פארווירקליכן דעם הרחיבו מקום אהלך, זיך אוועקשטעלן מיט אן אייגענעם מקום רחבת ידים אפצורעכטן די תפילות אויף א געהויבענעם פארנעם מיט הרחבת הדעת.
מיט עטליכע יאר צוריק האט מען אפגעקויפט א פיר-שטאקיגער בנין אויף דער עגעטאן גאס, אין צענטער פון שטאט, פאר די אסטראנאמישע סומע פון 1.2 מיליאן פונט, אהערצושטעלן דעם ביהמ"ד החדש וואס וועט ענטהאלטן א גרויסן היכל ביהמ"ד, א הערליכע מקוה, חדרי תפלה, און אלע ארומיגע צוגעהערן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אן אייגנארטיגער מעמד "הנחת אבן הפנה", בהשתתפות די ראשי ועסקני הקהלה אין לאנדאן, וואו דער רבי האט געלייגט דעם גרונדשטיין פאר'ן נייעם ביהמ"ד.
די עסקנים האבן דאן מיטגעטיילט פאר'ן רבי'ן שליט"א די פולע פלענער פון הקמת בית ה', און אז מ'האפט אי"ה צו זיך קענען אריינציען אינעם בנין, קודם אויף פראוויזאריש, שוין אויף דעם קומענדיגן חודש אלול תשפ"ה, און דערביי האבן זיי געלאדנט דעם רבי'ן צום מעמד "חנוכת הבית" וואס מ'האפט אפצורעכטן אין לויף פונעם קומענדיגן יאר תשפ"ו. דער רבי האט פארשפראכן אז אויב די כוחות וועלן ערלויבן וועט ער אפרעכטן א נסיעה קיין לאנדאן און זיך מיטפרייען מיט זייער שמחה בחנוכת הבנין.