דעלעגאציע פון שטאטישע באאמטע, ראטגעבער און עסקנים פון ארץ ישראל באזוכט ביי האד' מסקווירא

זונטאג פ' אמור • י"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


פארלאפענעם זונטאג זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א א דעלעגאציע פון צענדליגער חרדי'שע שטאטישע באאמטע פון לענגאויס ארץ ישראל, וועלכע זענען אנגעקומען קיין שיכון סקווירא צו זעהן פון די נאנט וויאזוי די שטעטל ווערט געפירט אויסשליסלעך דורך חסידישע אידן אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן, די דעלעגאציע איז באשטאנען פון חסידישע, ליטווישע, און ספרדי'שע, דעפיוטי מעיארן און סיטי קאונסיל מיטגלידער. די דעלעגאציע איז צום ערשט אויפגענומען געווארן לעצה ולברכה ביים סקווירא רבי'ן שליט"א וואס האט איבערגעגעבן דברי ברכה און הוראות אויף למעשה, דערנאך זענען זיי אריבער מיט די לאקאלע עסקנים צו די רפואה העלט צענטער און צו די ווילעדזש מונציפאלע אפיסעס מיטן מעיאר ר׳ ישראל משה שפיצער, אזוי אויך האבן זיי באזוכט די חברה הצלה ד'שיכון סקווירא.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ