דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
נעכטן (מיטוואך) אויפדערנאכט האט זיך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א משתתף געוועהן ביים שולחן הטהור און סעודת הילולא פון הרה"ק רבי דודל מטאלנא זי"ע ביי נכדו כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א אין ירושלים, די טאלנא רבי האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א צו דערציילן סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא און מען האט ארומגעשמועסט שיינע זכרונות פונעם פריערדיגן טאלנא רבי'ן זצ"ל. ווי יאהר יערליך האט דער רבי שליט"א ארויסגענימען מאוצרו הטוב די היסטארישע תהילים פונעם בעל ההילולא הרה"ק רבי דוד'ל טאלנער. די רבי שליט"א האט מכבד געוועהן די ראחמיסטריווקא רבי צו זאגן א קאפיטל תהילים דערין, און שפעטער מכבד געוועהן די ילדי החמד צו זאגן עטליכע מזומרים אינעם הייליגן תהילים.