הויפענעס חיזוק פאר הונדערטער אלמנות ביי גייסטרייכע "שבת המלכה" אנגעפירט דורך הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א

מיטוואך פ' אחרי קדושים • ט' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


הונדערטער אלמנות נשים צדקניות פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדע זענען נאך אונטערן טיפן רושם, נאכן מיטלעבן דעם גראנדיעזן "שבת המלכה", וועלכע איז צוגעשטעלט און אנגעפירט געווארן דורך הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

ווי ברייט באריכטעט האט די סאטמאר'ע רעבעצין תליט"א ארגאנעזירט א ספעציעלע שבת פאר הונדערטע אלמנות אין אמעריקא נאך די מאסיווע הצלחה פונעם גרויסן שבת וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט עטליכע יאהר צוריק, נאכגעפאלגט מיט באזונדערע שבתים פאר אלמנות אין ארץ ישראל און אין אייראפע.

די גאנצע שבת איז פארגעקומען אין די גאר עלעגאַנטע בארימטע "ארמון האטעל" אין קאנעטיקוט, וואס איז געווארן פולקאם באשטימט פאר דעם שבת, אויפ'ן קעניגליכסטן פארנעם, כראוי פאר די חשובע נשים צדקניות פון איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנאדע אריינגערעכנט: בארא פארק, וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי, לעיקוואד, מאנטריאל, קרית טאהש און נאך.

צווישן די פערזענליכקייטן וואס האבן זיך אנגעזעהן אין לויף פונעם שבת איז געווען רבניות צדקניות מחברתם פון די גדולי הרבנים זכר צדיקים לברכה, ובראשם הרבנית הצדיקת מסקולען תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר מסקןלען זצוק"ל בעל ישועת יעקב, און הרבנית הצדיקת מקאסוב תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל באזונדער האט מען מיט שעצונג אויפגענומען די חשוב'ע גאסט פון ארץ ישראל, הרבנית ארנסטר תליט"א, א שוועסטער פון די סאטמארער רעבעצען תליט"א, וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן מיטצולעבן דעם גייסטרייכן שבת, צוזאמען מיט איר שוועסטער, די רעבעצין, און דערביי צוזען פונדערנאנט די הייליגע פעולות.

פרייטיג פארמיטאג א קורצע צייט נאכ'ן אנקומען איז סערווירט געווארן א רייכע פרישטאג, דערנאך האט די טאכטער פון די רביצין, הרבנית אשכנזי תליט"א באגריסט אלע פארזאמלטע אין נאמען פון איר מאמע די רביצין תליט"א. שפעטער נאכמיטאג האט מען זיך צונויפגעזאמלט אינעם גרויסן זאל, וואו מ'האט פאר נאנט צו א שעה געהערט פרקי חיזוק דורכ'ן פה מפיק מרגליות, הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה קרית יואל, וחדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט מיט זיין גאלדענעם שפראך באצויבערט אלע צוהערער. א העכסט אינהאלטספולע אויפטריט איז דאן געגעבן געווארן דורך די חשוב'ע רביצין האלבערשטאם תליט"א פון וויליאמסבורג, אלמנת הגה"צ רבי זלמן האלבערשטאם זצ"ל אב"ד טשאקאווע.

ארום א שעה פארן ליכט צינדן האט מען זיך צונויפגעזאמלט אין גרויסן זאל, וואו ס'איז אפגעהאלטן געווארן א גאר ווארעמע מעמד "הכנה לשב"ק", אנגעפירט דורכן בארימטן וויזניצער בעל מנגן הרה"ח ר' יעקב דאסקאל הי"ו פון ארץ ישראל, באגלייט דורך די "סאטמארע קאפעליע", אין שפיץ פון הר"ר עמרם אקער הי"ו. נאכ'ן זינגען האט מען זוכה געווען צו הערן די הארציגע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער מיט טעלעפאנישע פארבינדונג געלאזט הערן גאר ווארימע דברי התחזקות איבער'ן חשיבות פון נשים צדקניות, און די גרויסקייט פון זייערע תפילות און ליכט-צינדן וואס שפאלט הימלען און פירט ארויף אלע אידישע תפילות לרחמים ולרצון.

אין לויף פונעם שבת זענען פארגעקומען גאר רייכע פראגראַמען ברוחניות ובגשמיות. צווישן אנדערע האט מען געהערט שטארקע שמועסן און רייכע רעדעס פון הרבנית הצדקנית מרת ראטענבערג תליט"א א"ח כ"ק אדמו"ר מקאסאני בית שמש שליט"א טאכטער פון כ"'ק אדמו"ר הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל, אנפירערין פון די באקאנטע "זה לזה" ארגאניזאציע אין ארה"ק, און הרבנית אשת הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

איבערהויפט האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם, די פרעזענליכע דברי חיזוק ועידוד וואס זענען געהערט געווארן פון די סאטמארער רביצין תליט"א וועלכע האט אריינגעשיינט פאר אלע באטייליגטע שטראלען פון התחזקות באמונה ובטחון די ריכטיגע אנווייזונגען וויאזוי ווייטער אנצוגיין מיט'ן סדר החיים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ