מיטוואך פ' אחרי קדושים • ט' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
א שיינעם מעמד קביעת מזוזה און מסיבת לחיים איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין ביהמ"ד "צמח צדיק" וויזניץ אין לאנדאן תחת נשיאותו פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ווי עס דאווענען בליעה"ר א גרויסן ציבור מתפללים וויזניצער יונגעלייט וועלכע האבן חתונה געהאט די לעצטע פאר יאהר, דערנאך וואס מ'האט דעם פארגאנגענם יום טוב פסח באנייעט אן אייגענעם מקום תורה ותפילה פאר די צעירי האברכים.
דער מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פונעם דערהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכע וויילט צוגאסט אין עיר הבירה לאנדאן, און צוגאב צו די רבני וחשובי פני העיר וועלכע האבן באשיינט די מעמד. דער רבי שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך מכבד געוועהן הגה"צ ר' אריה ווייס שליט"א אבד"ק וויזניץ לאנדאן, און הרה"ג ר' פנחס שנעעבאלג שליט"א ראש ישיבת וויזניץ אין שטאט.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד לחיים ווי מ'האט געזינגען ניגוני שבח הודאה, און הגאון ר' פנחס שנעעבאלג שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברי ברכה, דערנאך האט דער גאסט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן מדברות קדשו ווי ער האט ארומגערעט בשבח המקום פון א ווארימע וויזניצער שטיבל, און האט אויך מזכיר געווען דער מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלמה און זיין ברודער באתרא דמר האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע זענען אנגעוואנדן אויף רחמי שמים. נאכן פארטיילן שיריים פאר די רבנים און עסקני הבית מדרש האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד המאורע.