מאנטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN, אחים לענטשעווסקי, מאיר אדרעי, אייזיק י.
״דיו אילו ימי וכל מי כנישותא״, עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די שטורמישע רגשי הלב, די טיפע התרוממות הנפש וואס שפירט זיך ביי די אלפים ורבבות חסידים ואנשי מעשה, נאכ'ן זיך צוריקקערן אנגעלאדענט מיט השפעות טובות פון דער ווייטער "קערעסטיר" אין אונגארן, שם חלקת מחוקק ספון, וואו זיי האבן זוכה געווען פוקד צו זיין דעם ציון המציונת פונעם מופת הדור הרב הקדוש רבי ישעי'לע קרעסטירער זי"ע און בעז"ה דארט אויסגעבעטן כל מילי דמיטב בזכותו פונעם פועל ישועות בקרב הארץ, אין די טעג ארום די הונדערסטער הילולא קדישא ג' אייר.
די פילע טויזנטער אידן מבקשי ישועה, האבן דורכאויס די ימי ההילולא קדישא, זיך דערקוויקט פון דער אויסנאמליכער ברייטהארציגער הכנסת אורחים וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די אייניקלעך פון רבי ישעי׳לע זי״ע, די ראשי עיר קערעסטיר, וואס מן השמים קא זכו להם צו פארוואלטן מיט דאס הייליג הויז, דעם ציון הקדוש, בית מדרשו, און שטעלן צו א ווירבלדיגער אפאראט פון הכנסת אורחים פאר יעדן איד וואס קומט צו פארן פוקד זיין דעם ציון המצויינת סיי ווען איבער'ן יאר.
במשך די גאנצע הילולא קדישא האבן די יללות פון אידישע קינדער ביים ציון הקדוש געשפאלטן די הימלען און געריסן די שערי שמים. אידן, אנשים נשים וטף, האָבן זיך אויסגעגאָסן די הערצער מיט הייסע האַרצרייסנדע תפלות, ווען די ראשי קערעסטיר שטעלן איין אַ מייסטערהאַפטיגער סיסטעם, באַגלייט פון ״שמירה״ מיט ״טיפ״ פּראָדוקשענס, אַז יעדער איד זאָל קענען אָנקומען זיך משתטח זיין כאָטש אַ קורצע וויילע אויפ׳ן ציון הקדוש.
די ברייטע פלאטע פון באקוועמע "שאטעלס" האבן קורסירט נאכאנאנד די גאנצע שטאט פון אלע פארקינג לאטס און ערמעגליכט דעם שנעלן און לייכטן אנקום צום ציון הק' און צו ביתו נאוה קודש.
אינעווייניג ביים ציון המציונת איז געווען אַ יום הקדוש׳דיגער אטמאספער, יעדער מיט זיינע בקשות פּערזענליך, אַרויסקומענדיג פון ציון הקדוש איז שוין געווען פרייליך געמיט מ׳האָט זיך געוואונטשן לחיים, גע׳פועל׳ט אַלעס גוטס, סמוך ובטוח לבם אַז מ׳האָט זיך בעז״ה אויסגעבעטן און פּועל געווען כל טוב.
א סעריע נייע איינריכטונגען זענען אהערגעשטעלט געווארן צום היי יעריגן הילולא ארום דעם ציון הק׳, א הערליכע נייע געביידע פאר בתי כבוד, און א נייער פליגל ביים אוהל הקדוש אלס עקסטענשאן צו קענען אנטפאנגען אלפים ורבבות וואס וועט היסטאריש דערלייכטערן פאַר די רבבות הפוקדים מבקשי ישועה במשך א גאנץ יאהר.
באזונדער האט געווירבלט ביתו נאוה קודש, וואו ס'זענען פארגעקומען אלע תפלות אין אלע שטובער, וואו אידן האבן שופך שיח געווען און געשריבן קוויטלעך אינעם הייליגן "קוויטל צימער".
אינעם ריזיגער "הכנסת אורחים" טענט איז כסדר סערווירט געווארן סעודות גדולות און א ברייטן אויסוואל פון נארהאפטיגע מאכלים ומשקאות וואס האט געזעטיגט און דערקוויקט די טויזנטער פוקדים, וועלכע זענען סערווירט געווארן כיד המלך.
א רייע יארצייט סעודות זענען געפראוועט געווארן דורכאויס די גאנצע פיר און צוואנציג שעה פון די הילולא קדישא, דורך פילע קבוצות, חסידישע אידן און פון אלע קרייזן צוגלייך, אַ ריי מאַסיווע שאַטערס זענען אויפגעשטעלט געווארן צו אקאמאדירן די אלפים מישראל, פאר אלע סאָרטן געברויכן, פאר מנינים, פאר לימוד התורה, פאר לחיים, און סיי ביים ציון הקדוש.
הונדערטער אנשי שם, ראשי קהלות, מנהלי המוסדות, רבנים וראשי ישיבות, נגידים און פילאַנטראָפּן פון איבער דער וועלט זענען געקומען קיין קערעסטיר, איבערהויפט האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים, צווישן זיי האדמורי"ם לבית קאסאן נכדי בעל ההילולא, און נאך.
דער הויכפּונקט פון גרויסן טאָג איז געווען דער "צענטראַלער סעודת הילולא" וואס איז פאָרגעקומען ליל ההילולא קדישא, מיטוואך נאַכט אור ליום ג׳ אייר, אין שפּיץ פון רבנים ואדמורי"ם שליט"א, וואו אַ ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, אלופי אלפי ישראל איבער דער גארער וועלט האט פארברענגט א שעה ארוכה במשנתו של הצדיק.
דער רייכער פראגראם ביים מעמד ההוד איז געעפנט געווארן דורך די וועלט-בארימטן נועם הלשון הרה״ח ר׳ ישראל שטערן פון לאנדאן, וועלכער האָט איינגעפעדימט די סעודה הנשגבה מיט הערליכע געדאַנקען, עס איז אפגעראכטן געווארן א סיום משניות און הרה"צ רבי אברהם משה חיים רובין מקערעסטיר לינדען נכד בעל ההילולא האט געזאגט קדיש.
מ׳האט געהערט אַ וואַרעמע דרשה פון הגה״צ אב"ד קערעסטיר שליט״א, וועלכער האָט מיט קורצע ווערטער אָפּגעגעבן א שבח והודי׳, אַז מ׳האָט די זכי׳ געווען אָפּצוהאַלטן דאָ די הילולא קדישא אויף אזא געהויבענעם פארנעם, און אויסגעניצט די געלעגנהייט צו באדאנקען אלע עוסקים במלאכת הקודש.
אַ הערליכע דרשה האָט מען געהערט פון הגאון רבי חיים טירנויער ר"מ בישיבת ווילערייק, און די משא המעמד האט אויפגעטרויטן הגה״צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אב"ד פּאפּא מאנסי שליט״א, נכד בעל ההילולא, מיט אַ הערליכע דרשה במשנתו של צדיק וואָס האָט דערהויבן כל קהלא קדישא הדין.
דברי ברכה איז געהערט געווארן פון הגה"צ המקובל רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א וואס האט ארומגערעט בגודל קדושת היום והזמן.
נאָכ׳ן בענטשן האָט מען פאַרטיילט ״כוס של ברכה״ פאַר די נדיבי הלב, און דער ציבור האָט זיך אויפגעהויבן מלא התרגשות, אָנגעלאָדענט מיט אַזויפיל רגש קודש, אַרויסגעלאָזט חבורות׳ווייז צום ציון הקדוש מתפּלל זיין במקום קיבול תפלות אשר שם חלקת מחוקק ספון, לפעול דבר ישועה ורחמים.
במשך די גאַנצע פיר און צוואנציג שעה האבן זיך כסדר געטוישט משמורות פון די סעודות און רבי ישעי׳לעס גאנץ יעריגע הייליגע קאָך האָט געהאלטן אין איין קאָכן און צוברענגען פריש, יעדער זאל געזעטיגט ווערן, לשובע ולא לרזון.
דער שטראם קיין קערעסטיר, וואס האלט נאך אן מיט קראפט האט צאמגעברענגט אומגלויבליכע פרעצעדענטלאזע ציפערן פון פילע צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע וועלט עקן, ברעכנדיג א פרישע רעקארד פון עולי קערעסטיר, וועלכע זענען אהיימגעפארן אנגעלאדנט מיט פולע הויפענס ישועות ורפואות, להפקד בדבר ישועה ורחמים.
אכסוף נועם שבת, זענען הונדערטער אידן פארבליבן אויף שבת קודש אין קערעסטיר בצל כנפיך פונעם הייליגן רבי ישעי'לע יחסיון, זיך דערווארעמענדיג בנהירו עילאה תחת חסותו פונעם מופת הדור.