שטאט דעטרויט אין מישיגען לעבט אויף ביי גרויסן סטאלינער שבת מיט האד' מקארלין סטאלין

מאנטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


דער חרדישע שטילער יישוב אין שטאט דעטרויט אין מישיגען האט דעם שבת פושט ולובש צורה געוועהן וואו מאסן חסידי קארלין סטאלין פון איבער גרעיטער ניו יורק און ניו דזורסי האבן געוויילט אויף דעם שבת, במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכע האט געפראוועט דעם שבת אין שטאט, לרגל די יארצייט פונעם פעטער הרה"ק ר' יעקב חיים מסטאלין זצוק"ל, וואס איז אויסגעפאלן נעכטן זונטאג – ו' אייר.

די יעצטיגע שבת אין דעטרויט האט אויסגערופן גרויס התרגשות ביי חסידי קארלין סטאלין, נאכדעם וואס די פאריגע מאל וואס דער רבי האט געפראוועט א שבת אין שטאט, איז געווען מיט אריבער צוואנציג יאר צוריק. אצינד, נאכדעם וואס אין די לעצטערע יארן האבן זיך שטארק פארמערט די איינוואוינער אין שטאט, האט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן א שבת אין שטאט און אריינבלאזן טללי חיזוק ותחי' בקרב תושבי העיר, וועלכע זענען אזוי קרוב לליבו.

נעמענדיג אין באטראכט די ריזן צוזאמפאר פון הונדערטע חסידים וואס זענען געווען ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם שבת בצל הקודש, האבן די עסקני הקהלה אויפגענומען דעם ענערגישן עסקן ר' יוחנן פליישמאן פון 'וויי עף פראדאקשעס', וועלכע איז געווען ממונה זיכער צו מאכן אז אלע לאגיסטישע און טעכנישע דאטאלן ווערן אויסגעפירט על צד היותר טוב.

א ריזן שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן הארט נעבן דעם 'בנין בית יעקב' אין צענטער פון שטאט, צו אקאמאדירן די פילע געסט. אינעווייניג אינעם בנין בית יעקב איז געווארן אויפגעשטעלט הויעכשטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן, ווען די אונטערשטע שטאק פון בנין, האט געדינט אלס א בנין הכנסת אורחים, ווי עס איז אויסגעשפרייט געווארן איבער זעקס הונדערטער בעטן מיט אלע צוגעהערן, פאר די הונדערטע חסידים, אינגעלייט בחורים און קינדער, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת. אזוי אויך איז אויפגעשטעלט געווארן א שאטער נעבן די ארטיגע מקוה, כדי צו פארגרינגערן דאס געדרענג פונעם ריזן ציבור. 

פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריינגעקומען אין שאטער, באגלייט מיט זיינע אלע אכט קינדער הרבנים שליט"א, ווי עס האט געפלאקערט א דאווענען בנוסח קארלין. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן גוט שבת און שלום נעמען א לענגערע צייט. דערנאך האט דער ציבור געגעסן די סעודה אינעם שאטער, ווען אינמיטן סעודה איז דער רבי ערשינען אין שאטער און מ'האט געציילט ספירת העומר ברוב עם הדרת מלך, היות מ'האט געענדיגט דאס דאווענען איידער'ן זמן רבינו תם.

נאך ספירה איז דער רבי ארויס פון שאטער און ממשיך געווען די סעודה מיט די בני המשפחה. בערך צען אזייגער איז דער רבי צוריק ערשינען אין שאטער און אפגעראכטן דעם טיש וועלכע האט געדויערט ארום צוויי שעה מיט גרויס התרוממות הנפש. אויך שבת אינדערפרי האט א גרויסן ציבור פון שטאט מיטגעהאלטן די ווארימע דאווענען אויפן קארלינער שטייגער. דער רבי האט עולה געוועהן לתורה און געגעסן די סעודה פריוואט מיט די בני המשפחה. שלש סעודות האט דער רבי אפגעראכטן אינעם גרויסן זאל ברוב עם הדרת מלך. מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן די צענטראלע סעודת הילולא לרגל די יארצייט פונעם פעטער דער דיטרויטער זצ"ל.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ