ברוב עם הדרת מלך: האד' מסקווירא ביי ברכת אילנות ברחובות שיכון סקווירא

מיטוואך פרשת טהרה • ב' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


פאריגן מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א ארויס ברחובות שיכון סקווירא, בראש קהל חסידיו, אברכים, תלמידי הישיבות און די ילדי התלמוד תורה, אויף א מעמד ברכת אילנות ברוב עם הדרת מלך.

דער רבי איז אנגעקומען צו די אייזנהאוער גאס און איז ארויף אויף א סטעידזש, כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן. הגאון הצדיק רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא, האט צוגעוויזן פארן רבי'ן די ביימער, און דער רבי האט געמאכט די ברכה, הויעך אויפן מייק ויענו העם אמן. דערנאך האט דער עולם געזאגט די ברכה פאר זיך און דער רבי האט מאציל געוועהן קדשו מ'זאל דערלעבן איבערן יאהר.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ