בארא פארק לעבט מיט געהויבענעם שבת בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | ברייטע דעקונג

דינסטאג פרשת טהרה • א' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


 מאסן תושבי בארא פארק און סאטמארער חסידים האבן מיטגעלעבט א זעלטענע שבת פון התרוממות הנפש, בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט אנגענומען די בקשה פון די ארטיגע חסידים און געקומען פראווענען דעם שב"ק בתוככי עיר בארא פארק, לצמאון לב פון טויזענטער אידן וואס האבן זיך מסתופף געווען ביי די געהויבענע תפילות און די טישן, סיי פרייטאג צונאכטס און סיי ביי שלש סעודות.

ערב שבת נאכמיטאג האט דער רבי חונן געוועהן פני העיר, און צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' משה כהנא הי"ו. ביים זמן הדלקת נרות איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף די דריי און פופציגסטע גאס וואס איז שוין געוועהן פיל געפאקט עד אפס מקום, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה, און צוגעשיקט צו קבלת שבת און מעריב הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, נאך מעריב האט די רבי געציילט ספירת העומר בקול רם.

נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור חסידים אינאיינעם מיט פילע תושבי העיר אריבער זאגן גוט שבת.

ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד במעמד אלפי חסידים ותושבי העיר וועלכער האבן געשטראמט אין די מאסן אין לויף פון די נאכט. ובראשם האבן זיך אנגעזעהן דורכאויס שבת פילע רבני העיר, צווישן אנדערע, הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א, הגה"צ אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א, הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א, הגה"צ אב"ד ברעזשאן שליט"א, הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ בני ברק שליט"א, האדמו"ר מדעעש ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א, הגה"צ אב"ד שומרי שבת שליט"א, הגה"צ אב"ד דזשיבו שליט"א, הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט'"א, הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, הגה"צ רבי אשר רובין שליט"א מטאמאשוב, הגה"צ אב"ד וואוידסלוב שליט"א, הגה"צ אב"ד גלאגוב שליט"א, הגה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א, הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א, הגה"צ אב"ד מראה יחזקאל שליט"א, הגה"צ אב"ד אוהעל ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א, הרה"צ רבי לייביש הורוויץ שליט"א מסטריזוב, הרה"צ ר' אברהם יושע איגר שליט"א מלובלין, בני האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הרה"צ רבי בעריש רובין שליט"א מדאמבראווא, הרה"צ ר' דניאל רוקח שליט"א האדמו"ר מליזענסק און נאך.

מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבת סאטמאר בארא פארק. די חלות האבן פארמאגט א שליסל כנהוג שבת נאך פסח, און מען האט אויפגעגעבן מצה ביי די זופ כנהוג צווישן פסח און שבועות. 

מיט די זמירות שבת האט מען מכבד געוועהן די רבנים ואנשים חשובים ביים טיש, און מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געוועהן גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.

נאכן בענטשן האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מארגן דינסטאג בדר"ח אייר. דערנאך האט די רבי מכבד געוועהן הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ, זוהן פון גיסו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פארצוזינגען רחם, חזן וקהל.

מען האט געענדיגט די טיש נאך צוויי אזייגער באנאכט, און די פרחי החסידים האבן אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צו די אכסניא.

שבת אינדערפרי פארן דאווענען איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.

צו פסוקי דזמרה שבת אינדערפרי איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי משה דוד הורוויץ רב דקהל ברך משה סאטמאר בארא פארק, און דער רבי האט יורד געוועהן לפני התיבה צו שחרית.

ביים ליינען האבן עולה געוועהן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוועניו שליט"א, הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און הנגידים ר' משה כהנא, ר' אהרן הערש מיטעלמאן,  ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו, ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו, ר' שלמה זלמן ברוינער הי"ו, און דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.

נאכן ליינען האט דער רבי שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות און צו תפילת מוסף איז  צוגעגאנגען הרגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ סאטמאר 18'טע עוו.

נאכן דאווענען איז דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' משה כהנא הי"ו ווי דער רבי האט קידוש געמאכט, ביים קידוש איז אריבערגעקומען אויף א באזוך כ"ק האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית דינוב און בלאזוב.

די באטאג סעודה האט די רבי געגעסן בבית האכסניא און מכבד געוועהן דעם בעל האכסניא הנגיד ר' משה כהנא הי"ו מיטן בענטשן.

שבת נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און פארגעלערנט פרק,  בדרוש אגדה ומוסר,  ביים ענדע האט דער רבי מאריך געווען בשבח פון די סאטמארער קהילה אין בארא פארק, בכמה ענינים און געזאגט אז כאטש בארא פארק איז א געמישטע שטאט פון אלע סארטן מענטשן דארף מען האלטן פאר די אויגן אז מען איז נישט קיין 'בארא פארקער איד' נאר 'א איד וואס וואוינט אין בארא פארק' און דערביי האט דער רבי מעורר געווען אז פלייש קויפט מען נישט אין א סופערמארקעט נאר מען קויפט פלייש נאר אין די היימישע סאטמארע פלייש געשעפטן.

דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גנות פון זיך פירן באלעבאטיש וואס דאס איז נוגע איבער וואס פאר א שטוב מען האט, וועלכע מלבושים מען גייט, און וועלכע ישיבות מען שיקט די קינדער, און אזוי ווייטער,  און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

 ביי שלש סעודות איז דאס ביהמ"ד געווען איבערגעפולט מיט טויזענטער אידן וואס זענען געקומען זיך דערווארעמען אין דעם גרויסן זמן פון רעווא דרעווין. נאכן זינגען די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה באגלייט מיט דברי מוסר והתעוררות, און דערנאך געבענטשט ברכת המזון על הכוס.

נאך מעריב און ספירה האט דער רבי געמאכט הבדלה ברוב עם אין ביהמ"ד, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור דורך זאגן א גוטע וואך. מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה, און דערמיט איז די געהויבענער שבת געקומען צו אן ענדע.

מוצאי שבת איז דער רבי געוועהן אויף א באזוך אין די סאטמארע ביהמ"ד אויף די 10'טע עוו. וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן נאכן איבערבויען די גאנצע ביהמ"ד ברוב פאר והדר, דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי ארום אינעם גאנצן ביהמ"ד זיך אומקוקן און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים, עקסטער איז דער רבי אריין אינעם נייעם היכל התורה ווי דער רבי האט אויסגעדריקט זיין שטארקע הנאה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און אנגעוואונטשן פאר די עסקני הביהמ"ד.

 שפעטער איז דער רבי ארויף לבתי נדיבים בעם אין שטאט אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די פילע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן דק"ק סאטמאר בארא פארק, אויפצובויען פרישע בתי מדרשים פאר חסידי סאטמאר אין עטליכע געגנטער לענגאויס די שטאט בארא פארק. צווישן אנדערע איז דער רבי ארויף צו הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות פארן נייעם סאטמארער ביהמ"ד אויף די 18'טע עוועניו, בבית הנגיד ר' דוד יושע הירש הי"ו. ווי עטליכע נגידים החשובים האבן אינאיינעם מנדב געווען א מיליאן דאלאר פאר ביהמ"ד החדש לב אהרן, און בבית הנגיד ר' אברהם שמעון קויפמאן הי"ו וואס האט אפגעקויפט די זכות ארון הקודש אין נייעם ביהמ"ד אויף 18 עוו. 

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ