דינסטאג פרשת טהרה • א' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן מאנטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין די ראמען פון זיין ערשטן עמטליכע באזוך אלס ראשון לציון אין שטאט חיפה וואו ער האט איבערגעגעבן א רייע שיעורי תורה אין א צאל ישיבות און מוסדות התורה אין שטאט.
דער רבי האט אויפגענומען דעם גאסט מיט גרויס הערצה און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער קשרי ידידות צווישן להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל בעל חכמת אליעזר און הגאון חכם עובדיה יוסף זצ"ל. דער ראשון לציון האט באטאנט די הערכה פון זיין פאטער הגאון ר' עובדיה צו די חסידישע קרייזן. דער רבי האט מכבד געוועהן דעם גאסט מיט לחיים און דערנאך ארויסבאגלייט לרחובה של עיר, ונפרדו לשלום.