מאנטאג פרשת טהרה • ל' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סאדיגורא אין בני ברק די בחינות בכתב דורך חבורת 'קנין תורה' און 'קנין הוראה' ווי די אינעגלייט אינעם כולל גבוה להוראה – מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א – האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף א גרויס טייל פון די ד' חלקי שולן ערוך, וואס מען האט אינאיינעם געלערנט און איבערגעחזרט ברוב עמל ויגיעה אין די ראמען פון וועד 'אהבת תורה' סאדיגורא. בשעתן בחינה איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אריינגעקומען והופיע בהדרו אין ביהמ"ד הגדול זיך צוקוקנדיג מיט א קענטיגער קורת רוח. די רבי האט זיך ארומגעדרייט אין ביהמ"ד אין מעיין געוועהן אין עטליכע פון די בחינות בכתב, און דערנאך מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די ראשי הוועד.
נאכן בחינה איז אפגעהאלטן געווארן א כינוס מיוחד פאר די חשובע אינגעלייט, וואו דער וועד אהבת תורה האט פארגעשטעלט די פרישער אלופי הוראה פראגראם, להגדיל תורה והוראה, צו אויספירן דעם שטרעבונג פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל אז די אינגעלייט זאלן קענען פסקנען שאלות להורות הוראה בישראל.
בשעתן מעמד איז דער רבי אריינגעקומען און משמיע געוועהן דברות קודש בשבח פון דעם איינפיר, וואס וועט האפענטלעך ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן בס"ד. דערנאך זענען אלע אינגעלייט דורך מקבל זיין דעם ברכת הקודש פונעם רבי'ן.