האד' מפינסק קארלין צוגאסט אויף שבת אין בני ברק לכבוד שבת יארצייט פון אביו כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל

מאנטאג פרשת טהרה • ל' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט געהויבענע הרגשים פון התעלות און כיסופין האבן חסידי פינסק קארלין מיטגעלעבט די קייט פון די ימי ההילולא קדישא פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן, אהרן כהנא קדישא, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצוק"ל בעל אורחות אהרן וואס איז אויסגעפאלן בעיצומו של שב"ק כ"ח ניסן, בצילא קדישא פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א.

א באזונדערע זכיה איז געווען די יאהר מיטצולעבן א רוחניות'דיגע, און נשמה'דיגן שבת הילולא ביי די תפילות ושלחנות הטהורות בצלא דמהימנותא פון כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וועלכער האט געפראַוועט א געהויבענעם שבת במקום שהתפללו בו אבותיו אינעם פינסק קארלינער ביהמ"ד אין בני ברק, א שבת וואס האט אויפגעוויקלט לעכטיגע זכרונות פון אמאל ביי די זקני החסידים ותושבי העיר, באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט רבות בשנים אפגעראכטן עבודת קדשו דא אויף דעם ארט באתרא דמר.

אויף דעם שבתא דריגלא אין שטאט בני ברק זענען געקומען צופארן פילע חסידי פינסק קארלין פון איבער גאנץ ארץ ישראל, בפניא דמעלי שבתא איז דער רבי ערשינען אינעם נאסטאלגישן ביהמ"ד אויף רח' ראב"ד צו מנחה און קבלת שבת, תיכף נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם. די טיש איז אפגעראכטן געווארן פאר איבער צוויי שעה מיט גרויס התרוממות הנפש. דאס ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום מיט די פילע חסידים און געסט, און תושבי העיר בני ברק, ביז ווען עס איז צוגעקומען צו א געדרענג ווען אויפן ארט האבן די ראשי ק"ק בעלזא בשכינות פונעם ביהמ"ד אנגעטראגן דער דערנעבנדיגע בנין פון ישיבת בעלזא אויף די מארגנדיגע טאג ביום השבת צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן עולם. שפעטער נאכן סעודה זענען די חסידים געזעצן אויף א שבת אחים בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן זצוק"ל ווי מען האט א לענגערע צייט פארברענגט אינאיינעם מיט די זקני החסידים שמועסנדיג זכרונות הוד קדומים מיט גרויס בענקעניש.

בצפרא דשבתא האט מען געדאווענט אין די בעלזער ישיבה, טאקע דארט וואו דער רבי ז"ל פלעג אפט אפרעכטן די שיינע שבתים, ווי שבת סליחות און נאך זמנים מיוחדים. נאכן דאווענען איז די רבי אריבער מיט א גרויסן עדה חסידים צום ביהמ"ד טעמישוואר און אפגעראכטן די קידושא רבא אינאיינעם מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מטעמשוואר שליט"א לרגל די געבורט פון א בשותפותדיגע אייניקל ביי ביידע אדמור"ים.

די קלימאקס איז געווען בעת רעווא דרעווין ווען די רבי שליט"א האט געפראוועט שלש סעודות און די סעודת הילולא קדישא ברוב עם, די רבי האט געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן לעילוי נשמתו הטהורה, און מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א בנו חורגו פונעם בעל הילולא אויפצוטרעטן מיט דברי זכרון, די רבי האט געזאגט תורה און געבענטשט על הכוס, און נאך הבדלה איז די גאנצע ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך און זיך געזעגענען.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ