יום שבתון אין לשכוח פאראיבער ביי גייסטרייכע שבת התעלות פאר בחורי רחמיסטריווקא בצל האד' מרחמיסטריווקא אין אלעד

מאנטאג פרשת טהרה • ל' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


גאר א געהויבענער שבת איז פאריבער אויף די הונדערטער בחורי חמד חסידי ראחמיסטריווקא, וועלכע האבן געהאט די זכי' מיטצולעבן א שבת מרומם בצילא קדישא פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס איז ספעציעל ארויסגעקומען לעשות את השבת אויסשליסלעך מיט די תלמידים כבנים, און דערביי מאציל געווען מזיו הודו והדרת קדשו אויף די טייערע בחורים.

אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע קאמפלעקס פון ישיבת באר אברהם סלאנים אין קרית הישיבות אין אלעד וואס איז ספעציעל געווען איינגערישט מיט אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט אויף שבת ברוחניות ובגשמיות, וואו דער רבי האט אפגעראכטן די תפילות און געהויבענע טישן מיט די בחורים אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, און משפיע געוועהן פונדערנאנט פאר די טייערע תלמידים כבנים די פרחי החסידים. די שבת איז געווען א ברונעם פון וועלכן די בחורים האבן געשעפט אויר לנשימה, א חטיבה אחת פון תפילות סעודות און טישן בצל הקודש וואס האט זיך פארצויגן לאנגערע שעה'ן נאכאנאד.

ערבת שבת ביים שקיעה איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה, און נאך מנחה איז די רבי ארויס אויף א הפסקה און געהייסן די בחורים ווייטער צו דאווענען. בעפאר מזמור שיר ליום השבת איז דער רבי ווידער אריינגעקומען מיטהאלטן דאס דאווענען און איז פארבליבן אויף מעריב אין ביהמ"ד, נאכן דאווענען זענען אלע בחורים דורך זיך וואונטשן ביים רבי'ן בברכת שבתא טבא.

א קורצע צייט נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור און סעודת שבת קודש אינאיינעם מיט די בחורים. די סעודה האט זיך פארצויגן עד אור הבוקר אויף א העכערע אטמאספער, זינגענדיג די זמירות שבת מיט א קול נעים בצוותא חדא מיט די ניגונים וואס מען איז צוגעוואוינט אין ראחמיסטירווקא, ווען בין גברא לגברא האט די רבי שליט"א מערערע מאל משמיע געווען דברות קודש וואס איז געוועהן כמים קרים על נפש עייפה.

עס איז שוין געווען פיר אזייגער פארטאגס ווען מען האט פארענדיגט די סעודה. שבת אינדערפרי בשעת אמירת תהילים איז דער רבי ארויסגעקומען כמדי שבוע בשבוע און זיך ארומגעדרייט און מיטגעזאגט תהילים עטליכע מינוט.

דאס דאווענען בצפרא דשבתא איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט און האט זיך פארצויגן ביז ארום צוויי דרייסיג נאכמיטאג. נאכן דאווענען האט די רבי איבעראשט די בחורים און געזאגט אז ער וועט – אנדערש ווי געפלאנט – פראווענען די מיטאג טיש מיט די בחורים. ביים ענדע פונעם סעודה האט די רבי אויסגעלערנט א ניגון אויף ישמחו במלכותך וואס זקינו הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זצוק"ל, פלעג זינגען ביים סעודה שבת בייטאג, די רבי האט איבערגעזינגען די ניגון עטליכע מאל, און די בחורים האבן נאכגעזינגען מיט גרויס התרגשות.

צו שלש סעודות איז די רבי אריינגעקומען ביים זמן רבינו תם, און צווישן די זמירות משמיע געווען דברות קודש, דערנאך האט די רבי פארטיילט עפלעך פאר אלע בחורים, און די בחורים זענען דורך זאגן לחיים כנהוג. ארום צוויי אזייגער אויפדערנאכט האט מען געבענטשט ברכת המזון, נאכן בענטשן האט די רבי ווידער משמיע געווען דברים חוצבים מלהבות אש דברי הדרכה פאר די בחורים פאר אריבער א שעה צייט, און בסיום דבריו האט די רבי געוונטשן מברכות קדשו פאר אלע בחורים משתתפי השבת.

נאך א קורצע הפסקה איז די רבי ארויסגעקומען צו מעריב און ספירת העומר, דערנאך האט מען געזאגט ויתן לך ברוב עם און מען איז דורך זיך געזעגענען, דאן האט די רבי דערציילט סיפורי צדיקים לכבוד די יארצייטן פון די היינטיגע וואך. +עס איז שוין געווען קרוב צו זעקס אזייגער צופרי ווען די בחורים זענען אהיימגעפארן מיט זעק פיל מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות נאך דעם יום שבתון אין לשכוח, יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ