הגאון רבי אברהם סאלים ממנהיגי יהדות ספרד באזוכט ביי האד' מצאנז אין שאטן פון גזירת הגיוס

זונטאג פרשת טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברהם א. אייזנבאך


פארלאפענעם וואך איז הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א ראש ישיבת מאור התורה פון די פירנדע מנהיגים פון די ספרדישע אידנטום, אנגעקומען קיין נתניה אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א, וואו מ'האט בכובד ראש באהאנדעלט דעם שווערן מצב מיטן גזירת הגיוס אין ארץ ישראל, און דן געוועהן איבער פארשידענע אפעקטיווער מהלכים און לעזונגען צו די ביטערע צרה.

דאס קומט נאכדעם וואס הרב סאלים האט זיך געטראפן מיטן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא, און נאך גדולי ישראל, מיטן ציל צו דערגרייכן אן עמק השוה, צווישן אלע פראקציעס, סיי די חסידישע, ליטווישע און ספרדישע קרייזן, אינעם קאמפ קעגן דעם ביטערן גזירה איומה.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ