מיטוואך פרשת שמיני • כ"ה ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
אַ וועלטס-צוזאַמענפאָר ווי נאָך קיינמאָל בעפאָר איז ערוואַרטעט היי-יאָר צו די הילולא קדישא פונעם פועל ישועות ומופת הדור, הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער זי”ע, אָפּצייכענענדיג גאַנצע הונדערט יאר מאז התסלקותו פונעם צדיק פּלא וואס האט באלויכטן כלל ישראל, דאָרט אין דאָס שטעטעלע קערעסטיר דער עיר הקודש וואָס איז מקודש בעשר קדושות מעוצם קדושתו פון הייליגן רבי ישעי׳לע זי״ע אשר ממנו יתד וממנו פינה און אור קדושתו איז דאָרט איינגעקריצט מיד ולדורות.
אויב איז דער הייליגער יאָרצייט געוואָרן איינגעקריצט אין כלל ישראל׳ס קאַלענדאַר ברגש קודש, דער טאָג פון ג׳ אייר, וואָס עיני כל בית ישראל נשואות אלי׳, איז דאך היי יאר פּי כמה וכמה ווען מ׳צייכענט אפּ גאנצע הונדערט יאר מאז התסלקותו פונעם צדיק פּלא ונשגב למאוד, וואס צייכנט אָפּ א היסטארישער קאפּיטל אין כלל ישראל.
ווי מ׳הערט פון די ראשי העיר קערעסטיר, די געהויבענע אייניקלעך פון הייליגן רבי ישעי׳לע זי״ע — וואָס דער הייליגער ציון און דאָס הייליג הויז ובית מדרשו של צדיק אַלעס געפינט זיך אונטער זייער בעלות און זיי פירן אָן מיט אַלע מפעלות העיר הקודש קערעסטיר לטובת כל בית ישראל — גרייטן זיי זיך היי-יאָר צו אַנטפאַנגען רעקאָרד-ציפערן, וואָס קערעסטיר האָט נאָכנישט מיטגעלעבט.
די געטרייע ראשי קערעסטיר, די געהויבענע אייניקלעך פונעם צדיק, זענען העפטיג אַריינגעטון אין די הייליגע אַרבעט יומם ולילה צו מסדר זיין די דעטאַלן וואָס פאָדערן זיך אויפצונעמען די מקהלות רבבות אלפי ישראל, אויף די הילולא קדישא. פרישע תיקונים און פאַרבעסערונגען ווערן איינגעפעדימט ביים ציון הקדוש וואו ס׳ווערט אויפגעשטעלט מאַסיווע ריזיגע ״שאַטערס״, כדי ס׳זאל זיין מעגליך פאר די אלפים ורבבות צו קענען מתפּלל זיין און צינדן ליכט און זיך אויסבעטן אין די טעג אַרום די הילולא קדישא. אַלעס וועט זיין אויסגעשטאַט אויפ׳ן שענסטן פאַרנעם צו ערמעגליכן אידן צו קענען מתפּלל זיין מתוך הרחבת הדעת אַלעס וועט זיין אויסגעשטאַט אויפ׳ן שענסטן פאַרנעם צו ערמעגליכן אידן צו קענען מתפּלל זיין מתוך הרחבת הדעת. די עסקנים פארזיכערן אז יעדער איינער וועט אי״ה קענען אנקומען צום ציון הקדוש מיט א רואיגקייט במשך אלע טעג ארום די הילולא קדישא’!
גלייכצייטיג טוט מען אַהערשטעלן דעם תל תלפּיות, 'ביתו נאוה קודש', דער הייליגער הויז פון רבי ישעי'לע זי"ע, מיט מאסיווע איינריכטונגען צו קענען אויפנעמען די צענדליגער טויזנטער געסט וועלכע ווילן קומען מתפלל זיין אין דעם מקום קדוש והמסוגל יומא דהילולא קדישא, און גלייכצייטיג זיך זעטיגן 'לשובע ולא לרזון' אינעם זעלבן הויז וואו דער גרויסער צדיק דער בעל ההילולא איז געשטאנען און געטיילט עסן פאר אידן, און מיט דעם כח משפּיע געווען אויף כלל ישראל הייליגע ליכטיגע השפּעות.
דער צענטראלער סעודת ההילולא וועט פארקומען בליל ההילולא מיטוואך נאכט פ' תזריע טהרה, אינעם גיגאנטישן שאטער, וואו א ברייטע סעודת וועט זיין צוגעגרייט בהרחבה גדולה, לכבודו של יום, און מ'וועט הערן הערליכע סיפורי קודש, דרשות, מפי הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.
הושענא קודש הקדשים! הושענא תל תלפּיות! הושענא רצוף אהבה! גאַנץ כלל ישראל, אַלע אינאיינעם וועלן זיך מקשר זיין אין איין קאָלעקטיווע הייסע תפלה ובקשה צום מלך מאזין שועה ולעמו מחיש ישועה, אין זכות פון דעם נורא וקדוש, און אויסבעטן אַ ישועה פּרטית וכללית פאַר כלל ישראל, אינעם גרויסן הייליגן טאג, פון דעם צדיק ופועל ישועות, וועלכער האט גע'פועל'ט פאר אידן ישועות למעלה מדרך הטבע.