מעמד היציקה פאר מאסיווע 'אונטערהאלטונג-פונדאמענט' אינעם יסוד פונעם בנין האדיר מרכז העולמי וויזניץ

דינסטאג פרשת שמיני • כ"ד ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער


די בני ברק'ער גאסן ארום רחוב שלמה המלך האבן די פארלאפענע 36 שעה געווירבלט מיט אן אומאויפהערליכע גערויש פון הונדערטער "צעמענט טראקס" וואס האבן זיך געשלענגעלט און געמאכט זייער וועג צום גיגאנטישן שטח הבני' וואו ס'ווערט געבויט דער בית אדיר וקדוש, דער נייער "מרכז העולמי" ישועות משה וויזניץ, וואו ס'איז דורכגעפירט געווארן א גאר קריטישע בוי שטאפל אין די פארצווייגטע בוי-פראיעקט וואס שפאנט העפטיג פאראויס לנצח על מלאכת בית ה'.

א קיימא לן פון אן אומגלויבליכע פלאטע פון ארום "500" צעמענט טראקס האבן אנגעהויבן אריינמארשירן צום רחוב שלמה המלך מאנטאג 4 אזייגער פארטאגס, און האט אנגעהאלטן בלי הרף פאר די קומענדיגע 36 שעה, ווען עס באווייזט זיך יעדע מינוט א פרישע טראקס, איינס נאכ'ן צווייטן, אראפגיסנדיג די ריזיגע קוואנטומען צעמענט און בעטאן צום טיפן אפגרונד אינעם יסוד הבנין, פארמירנדיג דעם מעכטיגן שטאלענעם "אונטערהאלטונג-פונדאמענט" וואס איז אצינד געגאסן געווארן.

דער "אונטערהאלטונג פונדאמענט" איז דער 'יסוד היסודות', עס איז דאס וועט ערמעגליכן צו קענען בויען דעם צענטראלן היכל ביהמ"ד הגדול, אלס איין ריזיגן חלל, אן אפילו איין איינציגער זויל אינדערמיט! דערצו פעלט זיך אויס צו בויען א גאר שטאנדהאפטיגע אייגענארטיגע פונדאמענט, אינעם גרויסן יסוד הבנין, א דיקע שיכט פון א גאנצע מעטער לויטער אייזן, אויף וואס עס ווערט ארויפגעבויט די אלע שטאקן פונעם בנין.

ביים אנהייבן גיסן די צעמענט איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אריבערגעקומען צום שטח היציקה, נאך מעריב וספירת העומר, און באטראכט די ארבעט פונדערנאנט מיט א געוואלדיגע קורת רוח.

אין לויף פונעם יום היציקה איז פארגעקומען א יום התעלות והתרוממות צווישן דעם גאנצן ציבור חסידי וויזניץ זקנים עם נערים, ספעציעל ביי די בחורי הישיבה, וועלכע האבן זיך צונויפגעזאמלט אויף א ספעציעלן סדר הלימוד לפני התפלה, אינעם היכל ביהמ"ד הגדול, און דערנאך אפגעראכטן א געהויבענעם תפלת שחרית אין שפיץ פון די מרביצי תורה ורבני הקהלה.

שפעטער נאכמיטאג איז אפגעראכטן געווארן א מעמד מרוגש ביים מקום היציקה, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, בהשתתפות אלפי החסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט.

דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד הדור בלבושו, אנגעטון מיט'ן קאלפיק, מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, נאכגעפאלגט מיט ניגוני דביקות והתעוררות, ספעציעל דעם אויסגעווייקטן "היה עם פיפיות" פון די הייליגע טעג, וואס דער רבי שליט"א האט באפוילן צו זינגען, זאגנדיג אז די אבוה"ק זענען זיכער דא, און מ'זאל זינגען דעם ניגון לעורר זכותם.

אינעם הויכפונקט פונעם מעמד איז דער רבי שליט"א פערזענליך צוגעטרעטן צום מקום היציקה, און מיט א חרדת קודש אריינגעלייגט א "אבן קודש" פון בית מדרשו פונעם הייליגן צמח זי"ע, דער רבי שליט"א האט באטאנט אז ס'איז באמת דא צוויי שטיינער וואס קומט פונעם צמח'ס ביהמ"ד, אבער איינס לייגט ער אוועק, און מ'וועט עס אריינשטעלן אינעם היכל ביהמ"ד גופא, עס זאל שטיין אלעמאל לעין כל.

דער רבי שליט"א האט משמיע געווען הארציגע דברות קודש, ערווענענדיג מה נורא המקום הזה, מ'גייט דא אויפשטעלן אן אדמת קודש און הייליגע צענטער פון תורה ויראת שמים אויף די דרכים פון די הייליגע זיידעס און דעם הייליגן פאטער זי"ע, און זייער זכות וועט דא אלעמאל משפיע זיין לטב ולחיין ולשלם.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ