יום ב' פרשת שמיני • כ"ג ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
וכבוד גדול עשו לו במותו: בקול נהי ובכי תמרורים האבן פילע טויזנטער אידן באגלייט למנוחות דעם גרויסן גדול און מרביץ תורה לאלפים, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר, רבי מאיר מאזוז זצ"ל, ראש ישיבת כסא רחמים, וממנהיגי יהדות המזרח, וועלכער איז דעם שבת ויום טוב נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 80 יאר.
פון ווען די שווערע בשורה האט זיך צושפרייט במוצאי יום מנוחה האבן טויזנטער תלמידים ההולכים לאורו איבערגעפילט די גרויסער היכל הישיבה אין בני ברק, די פרוכת איז אראפגענימען געווארן, הורם הנזר והוסרה העטרה, און באישון ליל איז די מיטה אריינגעפירט געווארן אינעם היכל הישיבה צווישן די פיר ווענט וואו די ראש ישיבה האט מרביץ תורה געווען און אריינגעשיינט זיין לעכטיגע אור. די תלמידים האבן דערביי זיך געריסן קריעה מיט בכיות און געוויין, זייענדיג מתאבל אויף די שרעקליכע אבידה.
מטעם בית דין צדק 'נווה ציון' איז אויסגערופן געווארן א ביטול מלאכה אין שטאט בני ברק דורכאויס די שעות פון די לוויה, און די פאליציי האט זיך געגרייט מבעוד מועד צום לויה און אפגעשפארט די ארומיגע גאסן צו פארזיכערן די טויזנטער מלווים.
די לוויה האט זיך אנגעהויבן כחצות היום אסרו חג של פסח, ווי די גאסן ארום דעם בנין הישיבה זענען געוועהן שווארץ פון טויזנטער אידן, אין שפיץ פון פילע גדולי ישראל וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר'ן גרויסן נפטר, נאך אמירת תהילים און סליחות איז געהערט געווארן קארצע דברי חיזוק והתעוררות, לאור צוואתו פונעם גאון מ'זאל נישט זאגן אויף איהם קיין הספדים.
צום ערשט האט מספיד געווען בנו הרב גדעון מאזוז שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן פון זיין גרויסן פאטער און מעורר געווען דעם ציבור אנצוהאלטן זיינע הייליגע דרכים, בפרט אין די מידה פון אהבת ישראל, און צום שלוס האט ער איבערגעבעטן אין נאמען פון די גאנצע משפחה, און באדאנקט די אלע וואס זענען געשטאנען לימינו אין אלע זמנים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן א ברודער פונעם ראש ישיבה הגאון רבי צמח מאזוז שליט"א וואס האט דערציילט איבער זיין גאונות זייענדיג א עילוי שוין פון יונגווייז אן. דערנאך האט גענימען דאס ווארט דער ראשון לציון הגאון רבי שלמה משה עמאר שליט"א וואס האט ארומגערעט איבער זיין גדלות בתורה אשר כל רז לא אניס ליה, און זיינע פירות, די טויזנטער תלמידי ובוגרי הישיבה וואס באשיינען די עולם התורה, בסיום דבריו האט ער אויסגערופן, די החלטה על דעת המקום ועל דעת הישיבה אויפצונעמען די ברודער פונעם ראש ישיבה הגאון רבי צמח מאזוז שליט"א ממלא צו זיין מקומו אלס ראש ישיבת 'כסא רחמים'.
דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א האט אנגעהויבן זיין הספד בקול נהי ובכי תמרורים און דערביי ארומגערעט איבער די הערצה פון אביו הגאון האדיר חכם עובדיה יוסף זצ"ל צום ראש ישיבה, און ציטירט וואס הרב עובדיה האט זיך אויסגעדרוקט אויף איהם אז ער איז בקי בש"ס בעיון.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן הגאון רבי ישראל מאיר לאו שליט"א די געווזענער רב הראשי, און דערנאך די אמטירנדע רב הראשי הגאון רבי קלמן בער שליט"א וועלכע האבן פה אחד באוויינט די ביטערע אבידה פונעם איש האשכולות שהכל בו. נאך די הספדים איז די מיטה ארויס פונעם היכל הישיבה ווי מאסן אידן האבן באגלייט ברחובה של עיר לענגאויס די גאסן, עוזיאל, יצחק ניסים, דמשק אליעזר, עזרא און חזון איש, ווען אונטערוועגנס האט מען – על פי צוואתו פונעם גאון – געזינגען דעם פיוט 'לך אלי תשוקתי' וואס איז מיוחס צום הייליגן אבן עזרא.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז די ראש ישיבה געברענגט געווארן למנוחת עולמים אינעם חלקת פאניעוויזש אויפן ביה"ח אין בני ברק, במעמד פון טויזנטער צובראכענער תלמידים.