האד' מצאנז באזוכט אין לניאדא שפיטאל צום באנאיינונג פון פיר נייע אפטיילונגען למען חולי ישראל

מאנטאג פרשת שמיני • כ"ג ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד חנוכת הבית אין די לניאדו שפיטאל אין נתני', מיסודו פון הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וואו עס איז באנייעט געווארן פיר נייע אפטיילונגען, דאראונטער א שפאגל נייע אפטיילונג פאר טיפול נמרץ, א נייע איי סי יו אפטיילונג צו קענען ארויסהעלפן און באדינען חולי ישראל בעת צרה, מיט מער רואיגקייט און הרחבת הדעת.

די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א נשיא פון שפיטאל. די רבי האט קובע געוועהן א מזוזה,  און ארומגעשמועסט מיט די הויכראנגיגע פראפעסארן אין שפיטאל, וועלכער שטייט אין שפיץ פון די טיפול נמרץ אפטיילונג, וואו דער רבי האט באגריסט די געוואלדיגע דערגרייכונג מיט די נייע אפטיילונג.

דערנאך איז דער רבי אדורכגעגאנגען דעם נייעם אפטיילונג, און געזעהן פונדערנאנט אלע נייע מאשינען צו פארגרינגערן פאר חולי ישראל, און זיי דערהאלטן ביז צו א רפואה שלימה.

זייענדיג אין שפיטאל האט דער רבי אויך מבקר חולה געוועהן ביים לאנג יעריגער משמש בקודש הרה"ח ר' אייזיק מאיר זלמנוביץ הי"ו וואס געפונט זיך אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד, דער רבי האט קורצליך געשמועסט מיטן גבאי'ן און געוואונטשן א רפואה שלימה במהרה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ