לעצטע הכנות צו מסע הקודש פון האד' מבאבוב-45 קיין "צאנז" לרגל הילולת מרן הגה"ק בעל דברי חיים זי"ע

מוצאי יום טוב פסח • כ"ב ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די איצטיגע טעג, זענען הונדערטער חסידי באבוב-45 פארנומען מיט די לעצטע הכנות צו די גרויסארטיגע מסע הקודש וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א צוזאמען מיט הונדערטער חסידים, קיין פוילן, פוקד צו זיין מקום מנוחתו פונעם ראש השושלת הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, לרגל די הילולא קדישא וואס געפאלט אויס קומענדיגן מיטוואך שמיני, כ"ה ניסן.

דער רבי שליט"א צוזאמען מיט די חסידים, וועלן זיך ארויסלאזן פון ניו יארק, קומענדיגן דינסטאג שמיני, א טאג נאך אסרו חג פסח אין די נאכמיטאג שעות, מיט א ספעציעלער טשארטער פליגער צוגעשטעלט דורך ללכת וועלכע וועט אנפירן און באגלייטן די נסיעה. מיטוואך אינדערפרי ביומא דהילולא קדישא וועט מען לאנדן אין פוילן.

מ'וועט גלייך צופארן פון ריישא קיין צאנז, וואו מען וועט פארוויילן במשך דעם טאג פון די הילולא קדישא. באזונדער וועלן ארויספארן שיירות חסידים פון ארץ ישראל און אייראפע.

לרגל דעם מסע הקודש וועלן אויפגעשטעלט ווערן אין צאנז עטליכע גרויסע שאטערס צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור.

אינדערפרי נאכ'ן אנקומען קיין צאנז, וועט מען זיך צוזאמקומען אינעם בארימטן אור-אלטן ביהכ"נ אין צאנז, וואו מען וועט דאווענען א ווארעמען תפלת שחרית לרגל ההילולא קדישא, און נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א גרויסער מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא.

דער הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין אין די נאכמיטאג שעות, ווען דער רבי שליט"א צוזאמען מיטן ציבור וועלן ארויסגיין פוקד זיין דעם ציון המצוינת, ובאימה וביראה גשים מול פני הקודש מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ורפואות אויף דעם מקום הקודש וואו די ווענט זענען דורכגעווייקט מיט די עמערס טרערן וואס אידן האבן שוין דארט פארגאסן במשך השנים בכלל, ובפרט ביומא דהילולא קדישא.

דער רבי שליט"א וועט פארזאגן די פרקי תהלים, און דערנאך זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון הק'. שפעטער וועט דער רבי שליט"א ליינען די קוויטלעך פונעם ציבור וואָָס וועט אראפגעשטעלט ווערן אויפ'ן ציון הק' להפקד בדבר ישועה ורחמים.

דורכן טאג וועט דער רבי שליט"א אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך אינעם נייעם פראכטפולן בנין הכנסת אורחים 'לינת הצדק' בנשיאות האחים האדמור"ים מצאנז.

אין די שפעטע נאכמיטאג שעות וועט דער רבי שליט"א מעריך זיין שולחנו הטהור לכבוד די הילולא קדישא צוגעשטעלט דורך די צענטראלע הכנסת אורחים בוני צאנז, און דערביי משמיע זיין מאמרותיו מיט דברות קודש לרגל די הילולא קדישא.

במשך די צייט פון די נסיעה וועלן די חסידים האבן די געלעגענהייט ארומצופארן אויף נאך פארשידענע מקומות, לויט'ן סדר פון די נסיעות צו וועלכן מען שליסט זיך אן, און דאנערשטאג פארטאגס ממחרת יומא דהילולא קדישא וועט מען זיך אומקערן אהיים קיין ניו יארק, האבנדיג מיטגעברענגט זעק און פעק פון ישועות און רפואות לטובת הכלל ובפרט.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ

וְיִשְׂמְחוּ כָּל הָעָם • חג הסוכות בחצר הקודש קאפיטשניץ