בזעיר אנפין: שיינע שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי האד' מבאבוב | גאלעריע

מיטוואך פ' צו • י"א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך מאנטאג איז פארגעקומען די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם איידעם ביי הרה"ג רבי אברהם ברוך הורווויץ ר"מ במתיבתא ד'באבוב בן הגה"צ רבי חיים יעקב הורוויץ מציעשנוב. צופרי פארן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין און א מסיבת לחיים אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, שפעטער באנאכט איז אפגעראכטן געווארן די סעודת הבר מצווה אויף א קלענערע פארנעם בלויז פאר די בני המשפחה און גוטע פריינד, לויט די תקנות וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט איינגעפירט בקרב הקהילה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ