נגיל ונשיש: בארא פארקער גאסן טאנצן פאר שמחה ביי פייערליכע "הכנסת ספר תורה" בחצה"ק ווערדאן

דינסטאג פ' צו • י' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס פייערליכקייט ושמחת הלבבות איז דעם פארלאפענעם דינסטאג אפגעראכטן געווארן די חגיגה נהדרה "הכנסת ספר תורה" בחצר הקודש ווערדאן אין בארא פארק, לזכר נשמתו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל, שטייענדיג פינף יאר פון זיין הסתלקות, ווען ער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן לשמי מרום ביי די שרעקליכע קאראנא מגפה בשנת תש"פ.

שוין וואכן לאנג זענען אנגעגאנגען די גרויסע הכנות לקראת המעמד, און באזונדער האט זיך שוין געשפירט די פייערליכע שטימונג אין די לופט שבת פר' פקודי, ווען דער ביהמ"ד הגדול ווערדאן אין בארא פארק איז שוין געווען באצירט מבית ומבחוץ ווי עס פאסט לכבודה של תורה. ביי שלש סעודות האט מען געהערט די דברי הכנה דורך כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, וועלכער האט מלהיב געווען הלבבות זיך צו גרייטן מיט א העכערקייט צו די געהויבענע ימי אורה.

דורכאויס זונטאג און מאנטאג האבן מאסן חסידים ואנשי מעשה געשטראמט צו די מעמדי "סיום כתיבת ספר תורה" אין בארא פארק און פלעטבוש, און דינסטאג איז געווען באשטימט פאר'ן מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר אדמורי"ם ורבנים ונכבדי העדה און די בני המשפחה, וואס איז פארגעקומען בבית הרבני הנכבד ר' ברוך פיללער אין א גרויסע שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן בחצר ביתו.

דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים פאר'ן ציבור, און דאן האט מען געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, ובפרט די אויסגעווייקטע "בר יוחאי ניגון" און "ידיד נפש" פון הרה"ק רבי מרדכי'לע נאדבורנער זי"ע. דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, און נאכ'ן טרוקענען די ספר, איז דער רבי געגאנגען הגבה ווען דער ציבור גייט ארויס אין פייערדיגע ריקודין, בעת דער רבי איז מפזז ומכרכר געווען בכל כוחו פאר לענגערע מינוטן. גלילה איז צעטיילט געווארן צווישן די גרעסערע נדבנים פונעם ס"ת.

דאן האט דער רבי שליט"א ארויסגעפירט די ס"ת לרחובה של עיר, וואו די ריקודין האבן ממשיך געווען אויף גאר א פרייליכע פארנעם, ארויף אויף די זעכצנטע עוועניו ביז'ן ביהמ"ד אויף די 54'סטע גאס. מה נהדר היה המראה, ביים אנקומען פארנט פון ביהמ"ד קדושת יוסף ווערדאן וואו אויף ביידע זייטן פונעם גאס איז געווען אויפגעשטעלט הויך שטאקיגע פארענטשעס און אינעם חלל איז געווען צוגעגרייט דער גרויסער שטח הריקודין, וואס איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן דורך הונדערטער משתתפים.

צוערשט האט דער רבי מכבד געווען חותנו הגדול הגה"צ גאב"ד יעמרינג שליט"א און אחיו כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים צו טאנצן, און צום הויכפונקט האט די שמחה דערגרייכט די העכסטע שטאפלען ווען דער רבי שליט"א האט איבערגענומען דעם ספר און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין בכל עוז ותעצומות, אזש די גאסן האבן מיטגעטאנצן.

דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די ברודערס און שוואגערס כ"ק האדמורי"ם והרבנים שליט"א צו טאנצן, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די געהויבנע טענץ פון שאו שערים וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע שטיק צייט. דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט לדוד מזמור חזן וקהל, און מיט מזמור לדוד האט דער רבי מכבד געווען אחיו האדמו"ר מווערדאן פון ירושלים.

דערנאך האבן א פלאטע באסעס אפגעפירט דעם ציבור צו די סעודה לגומרה של תורה וכינוס ההילולא וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כרם מנחם, וואו דער זאל איז געווען אנגעגרייט אויף א פרעכטיגע פארנעם וואו ס'פאסט לכבודה של תורה ולזכרון של צדיק.

דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו דער סעודה און זיך געוואשן, און דערויף איז דער מעמד געעפנט געווארן דורך הגאון רבי ר' אברהם הערש פרידמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא ובעל אוצר הלכות, וועלכער האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה ביים רבי'ן זצ"ל. דברי זכרון וברכה האט מען געהערט פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, וועלכער האט געשילדערט א שלל פון הערליכע זכרונות פונעם רבי'ן ז"ל, וואס ער האט נאך בשנת תשכ"ה זוכה אנקניפן א התקשרות, און פארציילט פון די לעכטיגע עבודת הקודש מיט מסירת נפש און מתיקות עד יומו האחרון.

דער רבי שליט"א האט משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש ומשא המעמד, און א לענגערע צייט געהאלטן געשפאנט מיט טרעפליכע רעיונות בגודל השמחה, באגלייט מיט שיינע ענינים און זכרונות פונעם טאטן דער רבי ז"ל. צום קלימאקס האט דער רבי מודיע געוועהן בשעת בת רבים די פרייליכע נייעס איבערן אפקויף פאר א נייע ביהמ"ד הגדול אין הארץ פון בארא פארק.

דורכאויס די חגיגות האבן זיך משתתף געווען כ"ק האדמורי"ם מטשערנאביל, ראחמיסטריווקא, סערדאהעלי, קאסאן, תולדות רפאל קאשוי, אב"ד קרית וויזניץ, אונגוואר, מאשלוי, חוסט, קאליש, אלעסק, גאב"ד קארלסבורג, הרבנים מאודווארי, חוסט, אייזנשטאט, מאכנובקא בעלזא וומ"ס, נעפלעמיץ, מאגרוב, מיהאלוויץ, סאווראן, דושינסקיא, דרך אמונה, מראה יחזקאל, נחלת משה, און נאך.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ