סעודת הילולא פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע אין בני ברק באשיינט דורך צענדליגער אייניקלעך און פילע חסידי וויזניץ

מאנטאג פ' צו • ט' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


כמדי שנה בשנה האבן פילע הונדערטער וויזניצער חסידים אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, בבית מדרשו של רבי אין שיכון וויזניץ, באותו מקום קדוש וואס דער הייליגע בעל הילולא האט אויפגעשטעלט בדמים תרתי משמע און אפגעראכטן עבודתו בקודש בסילודין, און פון דארט באלאכטן די וועלט מזיו אורו והדרת קדשו.

דאס יאהר האט מען ליידער נישט געהאט די זכיה צו פראווען די יארצייט בצל הקודש פון נכדו חביבו ממשיך דרכו בקודש מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע געפונט זיך ליידער בריחוק מקום, מלך אסור ברהטים, די יארצייט סעודה היי יאהר איז געפראוועט געווארן אין שפיץ פון די רבני העדה, און דעם רבינס קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.

נעכטן זונטאג אויפדערנאכט ליל ט' ניסן האט מען געדאווענט מעריב ברוב עם אינעם אלטן היכל הטישן אין קרית וויזיץ, ווי עס האט געדאוונט פארן עמוד נכדו חביבו – דאפלטער אייניקל פונעם בעל הילולא הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, דאן האט מען זיך געוואשן צום סעודת הילולא, אינאיינעם מיטן רבינס קינדער ובראשם בנו הגדול אב"ד קרית וויזניץ שליט"א, די שוואגער הגה"צ די ראש ישיבה שליט"א, און נאך פילע צענדליגער אייניקלעך און איר אייניקלעך פונעם בעל הילולא רבנים, דיינים און מרביצי תורה, צווישן זיי האבן באשיינט דעם פני המזרח די אורח הכבוד הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אב"ד סלונים ביתר בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א נכדו חביבו פונעם בעל הילולא, און הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אב"ד קרעטשניף.

נאכן זיך וואשן האט מען געהערט עובדות וזכרונות פונעם ראש הישיבה, וועלכע האט דערביי אפגעראכטן די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי וויזניץ לעילוי נשמתו הטהורה און געזאגט די קדיש. צום הויכפונקט האט מען געהערט די משא המעמד פון הגה"צ אב"ד סלונים ביתר שליט"א וואס האט געשילדערט לעכטיגע זכרונות פון זיינע יונגע יאהרן וואס ער איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פונעם הייליגן זיידן, מיט געגועים און כיסופין צו די לעכטיגע יאהרן, בפרט האט ער ארומגערעט פון די גרויס קאכעניש פונעם אמרי חיים ארום די סדר נאכט, און יום טוב פסח, שטייענדיג סמוך ונראה צום יום טוב. דערנאך האבן די רבנים געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן כל הקהל הקודש און מען האט געבענטשט ברכת המזון.

היינט מאנטאג אינדערפרי ביומא דהילולא קדישא האבן זיך אלע בחורי הישיבות ואברכי הכולל צוזאמגענומען בהיכל בית המדרש הגדול צו תפילת שחרית בראשות דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ, צום עמוד איז צוגעגאנגען דעם רבינס שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, נאך תפלת שחרית איז פארגעקומען א ברייטע 'מסיבת לחיים' ווי מען האט געהערט עובדות וזכרונות מן הקודש פנימה פון די משמש בקודש הרה"ח ר' מנחם אליעזר מאזעס די מוציא לאור פונעם פאפעלערע ספר 'לפני ולפנים'.

 דערנאך איז מען ארויף צום ציון הקדוש, ווי מען האט אינאיינעם מתפלל געווען להיפקד בדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט, ובפרטיות האט מען געמאכט א קל מלא רחמים און מי שברך פארן רועה נאמן מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה.

במשך דעם גרויסן טאג בפרט ביים ציון המצוינת האט מען אויסגענוצט דעם שעת רחמים מתפלל צו זיין בזכותו פונעם בעל הילולא זי"ע פאר נכדו חביבו דער רבי שליט"א, וואס איז נאך אנגעוויזן אויף תפילות ישראל און במיוחד די טעג ווען א שוואכקייט האט ווידער באפאלן דעם רבי'ן, שתתחדש כנשר נעוריכי בבריאות השלימות.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ