עוז ואורה: שמחת התורה ביים הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד סקווירא אויף זיבעצן אין בארא פארק דורך מתפללי הביהמ"ד

זונטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי ווייס, JDN


אין א געהויבענע שטימונג האבן חסידי סקווירא אין בארא פארק געפייערט די הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן צום ביהמ"ד תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא אויף די זיבעצענטע עוועניו אין בארא פארק, געשריבן געווארן בשכם אחד דורך די אלע מתפללי ביהמ"ד, ובראשם דער דיין הקהילה הגה"צ ר' יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א בעמח"ס משיב נבונים. בראש החגיגה האבן באשיינט די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ובראשם בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א וועלכער האט אריינגעשריבן די אותיות ביים מעמד סיום כתיבת האותיות אין שטוב פונעם סקווירא דיין שליט"א, און דאן מיטגעהאלטן די תהלוכת הספר און די הקפות אין ביהמ"ד. באנאכט ביים סעודה לגמרה של תורה האט זיך משתתף געוועהן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון מר אביו האדמו"ר מסקווירא צום מעמד.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ