מאסן בני ציון היקרים ביי יערליכע דרשת שבת הגדול דורכן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא

זונטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


שווערע הונדערטער אידן מיקירי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק האבן זיך דעם פארגאנגענעם ליל ששי פרשת ויקרא ערב שבת הגדול מוקדם פארזאמלט צום יערליכן "שבת הגדול דרשה" דורכן  פוסק הדור הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט ווי זיין מנהג אין די לעצטע יארן משמיע געווען די דרשה אינעם היכל ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים.

דער דושינסקיא בית המדרש דינט שוין פאר פילע יארן אלס דער אכסניא של תורה ווי די מנהיגי העדה החרדית טוהן אפהאלטן די יערליכע "שבת שובה" און "שבת הגדול דרשות", און דאס טוט ווייטער אנהאלטן ביתר שאת וביתר עוז.

נאך בעפאר די באשטימטע צייט איז דער היכל בית המדרש הגדול איבערגעפילט געווארן מקצה אל הקצה, מיט הונדערטער אידן הבאים לשמוע את דבר ה'. ביים דרשה האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פון מנהיגי העדה ובראשם דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א חבר הביד"צ, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א  חבר הביד"צ, הגאון הגדול רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א מו"ץ העדה החרדית, הגאון הגדול רבי נתן קופשיץ שליט"א מו"ץ העדה החרדית, כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, און נאך פילע רבני ומנהיגי הקהלות בהעדה החרדית.

דער גאון שליט"א האט אנגעהויבן בכבוד האכסניא בהאי קהלא קדישא הדין בית יוסף צבי דושינסקיא, אונטערן נשיאות פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און האט זיך אויסגעדריקט אז די הנהגת הקהלה והמוסדות פונעם דושינסקיא רבי'ן שליט"א איז דער יסוד פונעם עדה החרדית, ווען זיי שטייען פעלזן פעסט אויפן דרך הסלולה לנו מדור דור בלי לשנות אף זיז כל שהוא מדרכי אבותינו ורבותינו הקדושים, און נאר אין דעם זכות קען דער "עדה החרדית" אנהאלטן איר שטאנדהאפטיגע קיום מדור דור.

דערנאך האט דער גאון שליט"א אנגעהויבן בדברי פלפול ואגדה בפסקי הלכה למעשה בענין "ערב פסח שחל להיות בשבת", זאגענדיג די דבר ה' זו הלכה מיט א געוואלדיגע חדוותא דשמעתתא.

דערנאך האט דער גאון שליט"א מעורר געווען מיט דברי חיזוק והתעוררות בענינים העומדים על הפרק, און אנגעהויבן מיט א שטארקייט אקעגן דעם "מדינת הציונות" וואס זייער גאנצע עקזיסטענץ איז דאך לעקור את הכל אויסצורייסן די גאנצע תורה הקדושה והאמונה הטהורה בה' אלקי ישראל.

דערביי האט דער גאון שליט"א ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבער די לעצטערע חילולי שבת וואס קומען פאר בקרתא דשופריא ווען גרויסע סופערמארקעטס  האלטן אפן זייערע געשעפטן בעצם יום השבת קודש, און דער ציבור יראים ושלמים זאלן נישט איינקויפן און נישט שטיצן אזעלכע געשעפטן וועלכע האלטן נישט איין שמירת יום שבת קדשינו.

דא האט דער גאון שליט"א בארירט די ביטערע גזירת הגיוס וואס מען האלט שוין ביי דעם אז די ממשלה וויל אריינרוקן אלע פרומע בחורים אין זייערע מיליטער וואס איז א מקום של שמד והעברה על הדת, זאגנדיג אז מיר דארפן אלע לוחם זיין בכל תוקף כחומה בצורה נישט מוותר צו זיין אפילו אויף איינציגן בחור און מען טאר נישט ח"ו מאכן קיין שום פשרות, און נישט נאכגעבן קיין שום קלייניקייט נאך זייערע פארלאנגען.

דא האט דער גאון שליט"א גאר שטארק ארויסגעטראטן איבער דעם איסור פון אנטיילנעמען אין די אנגייענדיגע וואל פראצעדורן וואס קומט פאר אין די יעצטיגע טעג אין אויסלאנד פאר די "וועלט ציוניסטישע ארגאניזאציע", וועלכע האט אין די לעצטערע יארן אויסגעשפרייט אירע לאפעס אין אידישע געגנטער אין אמעריקע פרובירנדיג אריינצוכאפן די אויסלענדישע ציבור, וואס באדייט אז מיט'ן שטימען צו ערוועלן מיטגלידער פאר די "וועלט ציוניסטישע ארגאניזאציע" האט מען א דירעקטע ראלע ח"ו אין די ציוניסטישע רעגירונג. דער גאון שליט"א האט זיך אויסגעדריקט: אויבנאויף קוקט דאס אויס אלס א גוטע געדאנק פאר חרדים, אבער פאר ווער עס ווייסט די אמת זעהט איין אז דאס איז דער גרעסטע חורבן, און מען דארף אינגאנצן זיין אפגעשיידט פון די ציונים מהם וממונם.

דער גאון שליט"א האט דאן ארויסגעברענגט לשבח פון די "עדה החרדית", וואס גייט שוין אן העכער הונדערט יאר כולם שוין לטובה מיטן ציל צו זיין אפגעטיילט פון די ציוני'סטישע כופרים, און דערביי ארויסגעברענגט די חומת ההתבדלות פון די ציונים למיניהם.

אזוי אויך האט דער גאון שליט"א דערמאנט לשבח די "הכשר" פון די עדה החרדית אשר שמו הטוב הולך בכל העולם מיט די העכטסע סטאנדארט אין כשרות, און מעודד געווען דעם ציבור נאר צו קויפן פראדוקטן וואס געפונט זיך אונטער די שטרענגע השגחה פון די "עדה החרדית".

דא האט דער פוסק הדור שליט"א שטארק מתריע געווען איבער דער אבי אבות הטומאה פון נגע הטעכנאלאגיע, ווי שטארק מען דארף זיין אפגעשיידט דערפון, און האט אויסגערופן "אשרי לו ואשרי חלקו פון די וועלכע ברענגען נישט אריין אינדערהיים קיין שום אינטערנעט אפילו מיט א גוטע פילטער".

אזוי אויך האט דער גאון שליט"א מעורר געווען איבער די מלבושי צניעות, און זיך נישט מקיל זיין מיט די היינטיגע נייעס מאדעס, וואס די אלע מאדעס זענען מעכב די גאולה השלימה, נאר מען זאל זיך האלטן פעלזן פעסט אזוי ווי מען איז געגאנגען אנגעטוהן אין דער אלטער היים בדרכי אבותינו מימי קדם.

דער פוסק הדור שליט"א האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון שטיצן די דיינים ומורי הוראה וועלכע שטייען א גאנץ יאר על מדין לשירות הציבור, וואס אין די פוסקים ווערט דאס מבואר אלס א מצוה מיוחדת צו שטיצן די רבנים ומורי הוראה פאר די ימים טובים טעג. אזוי האט האט דער פוסק הדור שליט"א מעורר געווען צו קביעת עיתים לתורה בבתי מדרשיות, און האבן שיעורי תורה בקביעות, ובפרט אין די הלכות וואס איז נוגע ווי הלכות שבת וכדו'.

אזוי אויך האט דער גאון שליט"א מעורר געווען בענין חינוך הבנים והבנות, און ארויסגעברענגט די חיוב צו שיקן נאר אין אזעלכע מוסדות התורה וועלכע פירן זיך גענצליך על טהרת הקודש אפגעשיידט פון די ציוני'סטישע רעגירונג מהם וממונם.

דער פוסק הדור האט דאן מסיים געווען ברכות קדשו פאר'ן גאנצן עולם לקראת יום טוב פסח בחג כשר ושמח, און דערנאך האט מען אים גרויס כבוד והערצה ארויסבאגלייט, ווען די חברי הביד"צ און אדמורי"ם ורבנים זענען אריבער לברך ולתהברך בברכת א פרייליכן כשר'ן פסח.

נאכן דרשה איז דער גאון שליט"א אריבער אויף א פערזענדליכע באזוך במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מדושנסקיא שליט"א, וועלכע האט ברוב ענוותנותו באדינט דעם גאון ופוסק הדור שליט"א אן קיין שום משמשים, אזוי אויך האט ער פערזענדליך אריינבאגלייט און ארויסבאגלייט דעם גאון ופוסק הדור שליט"א.

דער דושינסקיא רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן דעם גאון אז איבערן יאר זאל מען זוכה זיין נאכאמאל צו הערן די דרשה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, דערנאך האט מען זיך געזעגענט ברוב ידידות זיך אנוואונטשענדיג א חג כשר ושמח,  אויפן וועג ארויס זענען הונדערטער אידן געשטאנען באגלייטענדיג דעם גאון ופוסק הדור שליט"א, זיגענדיג "ארוך ימים אשביעהו", זייענדיג מתפלל עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, אז מען זאל נאך זוכה זיין אויף לאנגע געזונטע יארן נהנה צו זיין מזיו אורו הבהיר מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ