המגשיח הגאון רבי דן סגל שליט"א סנדק ביי שמחת הברית מילה לנכד האד' מבאיאן

פרייטאג פ' ויקרא • ו' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


פילע הונדעטער באיאנער חסידים האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שמחת הברית פונעם רך הנולד אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, א זוהן ביי זיין איידעם הרב מאיר בורנשטיין שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב שליט"א. 

ביי די דאזיגע שמחה האט דער רבי שליט"א געגעבן א באזונדערע ערלויבירניש פאר די בחורים פון ביידע ישיבה גדולות זיך משתתף צו זיין ביים ברית, זייענדיג אן אויסנאם פאל נאך די תקנה וואס דער רבי האט איינגעפירט מיט עטליכע יאהר צוריק אז די בחורים קומען נישט אויף די בריתן בחצר הקודש, נישט גורם צו זיין קיין ביטול תורה דרבים.

מיט סנדקאות איז נתכבד געווארן דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, וועם דער רבי האט גאר ווארעם אויפגענומען און פארברענגט בידידות רב. 

מיט ברכות און קריאת השם איז מכבוד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב שליט"א און עמידה לברכות די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א. ויקרא שמו בישראל יוסף נאכן זיידן הגה"ח ר' יוסף ברייאר זצ"ל אב"ד שטעפינעשט. מיט די איבעריגע כיבודים האט מען מכבד געוועהן די רבני הקהילה און די משפחת המלוכה, קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן שליט"א. נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין גרויסן קלויז ביי וועלכן עס האט באשיינט די שמחה דער סנדק המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א.

מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה און דער רבי האט משמיע געוועהן אמרי קודש, שמועסנדיג פונעם נאמען יוסף, און זיין גרויסן זיידע די שטפנשטער רב וואס דער רך הנימול טראגט זיין נאמען.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום סעודת ברית אין די זאלן בבניו הקלויז וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן די שמחה אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ