גייסטרייגע "שבת הקהילה" ברענגט צונויף עדת חסידי וויען אין פראכפולן ארמון האטעל כהכנה דרבה צום "חגיגת התורה"

פרייטאג פ' ויקרא • ו' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט, JDN


אין א געהויבענער שטימונג האבן פילע תלמידי וחסידי וויען מיטגעהאלטן דעם זמן קהילה לכל, ביי די גייסטרייכע "שבת הקהילה", שבת התאחדות פאר אלע תלמידים וחסידים אינאיינעם בצילא קדישא פונעם רב שליט"א, כהכנה דרבה צום היסטארישן חגיגת הכנסת ספר תורה די וואך.

אויף די געהויבענע שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די פראכטפולע ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעריקוט אלס פאסיגע אכסניא של תורה וחסידות פאר די איבער זעקס הונדערט זקני העדה בעלי בתים און אינגעלייט משתתפי השבת. פרייטאג ערב שבת האט זיך אנגעהויבן די רייכע פראגראם מיט א מעמד כתיבת האותיות וואו אלע נדיבי לב וואס האבן געקויפט א פסוק אין די ספר תורה, האבן געהאט א געלעגנהייט אריינצושרייבן א אות, דערנאך איז פארגעקומען א שיעור אין הלכות קרבן פסח דורך איינער פון די רבני הקהילה, און שפעטער נאכמיטאג בעפאר הדלקת הנרות איז פארגעקומען א מעמד הכנה לשבת קודש ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי הכנה לשבת, און דערביי מעלה געווען השלהבת און אנגעצינדן די שבת ליכט אין מוציא געווען אלע משתתפים.

דורכאויס שבת ביי די תפילות סעודות און טישן האט מען עטליכע מאל געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, און ווארעמע בליציגע ווערטער פונעם אורח הכבוד הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א רב ביהמ"ד איגוד אברכים אין בארא פארק, אויפן געזאנג פלאטפארמע האט באשיינט דער מייסטער בעל מנגן פון ארץ ישראל הרב ישראל אדלער וואס האט מהנה געווען בקול נעים במשך גאנץ שבת, ביים סעודה פרייטאג צונאכטס האט מען געהערט א דרשה פונעם אורח הדגול הגה"צ ר' דניאל אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם ורב ביהמ"ד ארי שבחבורה וועלכע איז געקומען צופארן אויף שבת פון ארץ ישראל. די הויכפונקט איז געווען די דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א ביים סעודת צפרא דשבתא וואס האט פאר א שעה צייט ארומגערעט יסודות איתנים בעניני גמילות חסדים, און דברי הדרכה אויף שלום בית והמסתעף.

שבת נאכמיטאג איז פארגעקומען א שיעור דורך הגה״צ רבי דניאל אלתר שליט״א

דערנאך האט מען געדאווענט מנחה אפגעראכטן שלש סעודות מיט ווארעמע ניגוני זמירות און דברי תורה במשך א שעה צייט, דערנאך פארן בענטשן האט מען געזינגען ווארעמע ניגונים, נאכגעפאלגט מיט מעריב און הבדלה ברוב עם.

מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א רייכע פארגראם ביי וועלכן עס איז אויפגעשפילט געווארן פארן ציבור א פרעזענטאציע פון די היסטארישע מעמד ההכתרה פונעם וויענער רב שליט"א מיט דריי און דרייסיג יאהר.

די נדיבי הספר תורה אריין אל הקודש פנימה און דער רב שליט"א האט פארטיילט א מזוזה לשמירה והצלחה.

דאן איז דער רב שליט"א ערשינען צום מלווה מלכה ומעמד סיום כתיבת האותיות, צום ערשט האט מען געהערט דרשות פון הרה"ג ר' מרדכי שיף, און פון הרב יוסף לעפקאוויטש מחברי ההנהלה ווי ער האט ארויסגעברענגט די וואונדערליכע אויפבלי פון די קהילה וואס האט אין לויף פון די יאהרן געבויעט בנינים אין ווערד פון קרוב צו 50 מיליאן דאללער, געעפענט בתי מדרשים און פארברייטערט די בית הוראה. דערנאך האט מען געהערט ווארימע דברי חרוזין פון הרב ישראל אדלער, און דערנאך א לענגערע דרשה פונעם רב שליט"א וואס האט ארומגערעט מיט דברי שבח והודאה פאר כל העם הנאספים תומכי המוסדות. דאן האט מען צוגעטרעטן צום סיום כתיבת אותיות, ווען די רבי זעלבסט האט אריינגעשריבן די לעצטע ווארט פונעם ספר 'ישראל', און געגאנגען הגבהה. נאכן גולל זיין די ספר תורה האט די רבי געמאכט די ברכה פון שהחיינו בשם ומלכות, אנגעטוהן מיט א נייע בגד, בלב מלא רגש שהגיענו לזמן הזה,  האבנדיג די זכי' מקיים צו זיין די מצוה פון כתיבת ספר תורה, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ