ספר המלך: עדת תלמידי וחסידי וויען פייערן "הכנסת ספר תורה" אריינגעגעבן בשותפות לכבודו פון האד' מוויען

דאנערשטאג פ' ויקרא • ה' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט, JDN


בהתרגשות עצומה האבן תלמידי וחסידי וויען מיטגעלעבט די ימים המבורכים די זעלטענע געהויבענע טעג ביים חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך כל קהל עדת ישורון תלמידי וחסידי וויען לכבודו ולזכותו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, און איז געווארן אריינגעגעבן להיכל ביהמ"ד הגדול דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג בקול רינה ותודה ובהמון חוגג, כולם נקבצו ובאו לשמוח בשמחת התורה.

די ימי החגיגה וואס זענען געוויס איינגעקריצט געווארן אין די הערצער, האט זיך אנגעהויבן מיט א קייט מאורעות פון סיום כתיבת אותיות פארלאפענעם וואך פרשת פקודי, און צום הויכפונקט 'ביום השבת קודש שישו ושמחו כמקבלי מתן נחליאל', וואס איז באשטימט געווארן אלס זמן קהילה לכל, ביי א גייסטרייכע "שבת הקהילה", שבת התאחדות פאר אלע תלמידים וחסידים אינאיינעם בצילא קדישא פונעם רב שליט"א.

למחרת השבת קודש איז געפייערט געווארן די גרויסע מעמד הכנסת ספר תורה אנגעהויבן מיט א מעמד הכנה פאר די ילדי התשב"ר אין ביהמ"ד הגדול דקהל עדת יראים וויען. אום פיר אזייגער נאכמיטאג איז די רבי שליט"א ארויסגעקומען מיטן ספר תורה פון ביתו נאווה קודש און ארויסגעפירט צום תהלוכה לכבודה של תורה, די ערשטע האלב גאס איז געווען געווידמעט בלויז פאר די תינוקות של בית רבן, ווי די רב האט דורכשפאצירט מיטן ספר תורה אונטער די חופה, דערנאך האט פארגעזעצט די תהלוכה וואו דער ריזן ציבור האט באגלייט דעם ספר תורה מיט אן אויסטערלישע תנועה של שמחה, זיך הייבנדיג אין די לופטן טפחיים על גבי קרקע, איבער א שעה צייט, ווען מלכם בראשם דער רבי שליט"א איז געטאנצן אונטער די חופה ארומגענומען מיט זיינע קינדער און די זקני העדה, און מעודד געווען די ריקודין. און מכבד געווען אלע וואס האבן געקויפט א חלק אין די ס״ת.

ומה נהדר היה המראה ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד מיטן ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש בעוז ובגבורה, מיטשלעפנדיג דעם ציבור חסידים אין די העכערע ספערן. דערנאך האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן די ספר תורה פאר די רבנים ובני משפחה, און דאן פארגעזאגט לדוד מזמור חזן וקהל. דערנאך איז דער רב שליט"א ארויף אויפן ארון קודש און געבענטשט כל הקהל הקודש בברכת כהנים און דערביי אריינגעפירט דעם ספר תורה צום היכל מיט טענץ און געזאנג מיטן מקובלדיגע ניגון שאו שערים, דערנאך איז פארגעקומען א שולחן לחיים רבתי לכבוד המאורע, ביי וועלכן דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה וברכה.

דער שיינער מעמד האט נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה, ספעציעל געאייגענט פאר די הונדערטער בחורי הקהילה אין די זאל פון די נייע וויענער מיידל סקול און איז געווען קאמבאנירט מיט א סיום אויף 'קיצור שולחן ערוך' וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורי חמד אין ראם פון חברת 'שונה הלכות'.

אין לויף פונעם סעודה האט מען געהערט דרשות פון הרה"ג ר' יונה לעפקאוויטש דומ"ץ זוועהיל מאנסי, און פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א איבער די וויכטיגקייט פון קענען אלע הלכות על בוריים, דערנאך האבן די בחורים געהאט די זכי׳ אז דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי הדרכה, נאכן בענטשן זענען די הונדערטער בחורים אריבער ביים רבי'ן שליט״א און איבערגעגעבן זייערע קבלה צעטלעך אין ראמען פון די איגוד הבחורים פראגראם און די מעמד האט זיך געשלאסן מיט געהויבענע טענץ, ומה נהדר היה מראה כהן בצאתו מן הקודש.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ