במלוא הדרה: מאיעסטעטישע סטרוקטור פון ביהמ"ד הגדול והחדש סאדיגורא לאנדאן אנטפלעקט מיט פראכטפולקייט

מיטוואך פ' ויקרא • ד' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


די הערצער פון חסידי סאדיגורא לאנדאן קוועלן פאר שמחה דקדושה מיטלעבנדיג די יעצטיגע טעג דעם הוד והדר בבית אלקינו, ווען עס האט זיך אנטפלעקט במלוא הדרה דער אויגפארכאפנדער סטרוקטור און דרויסנדיגע צורה מפוארה פונעם נייעם בית גדול וקדוש, דער ביהמ"ד החדש וואס ווערט שוין געבויט די לעצטע פינף יאר, און האלט שוין ביי די סאמע לעצטע שטאפלען פון גמר המלאכה.

דער מאסיווער פראיעקט פון הקמת ביהמ"ד החדש האט זיך אנגעהויבן נאך בחיים חיותו פונעם רבי'ן דער עטרת ישראל זצ"ל, וועלכער האט זעלבסט מפאר כבוד געווען אלס רב הקהלה פון סאדיגורא אין לאנדאן, און די יארן איידער'ן ארויפגיין על כס האדמורו"ת, און שפעטער ווען די קהלה איז ווייטער אנגעפירט געווארן דורך בנו חביבו, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א, איז בברכת קדשו והדרכתו פונעם רבי'ן זצ"ל אונטערגענומען די הרחבת גבולי הקודש פון אויפבויען דעם נייעם בית ה' לשם ולתפארת, און דער רבי זצ"ל איז נאך פערזענליך געקומען באשיינען דעם מעמד אבן הפנה, בשנת תש"פ, ווען שוין זייענדיג ליידער שרוי במחלתו, האט זיך דער רבי מטריח געווען בשארית כוחותיו און געקומען צו פארן קיין לאנדאן לפאר על הראש השמחה, און שפעטער ווייטער ביז'ן הסתלקות באגלייט דעם פראיעקט.

אין די פארלאפענע עטליכע יאר האט זיך דער ביהמ"ד געבויט מיט גרויס פראכט און הערליכקייט, ארייננעמענדיג אין זיך א גיגאנטישער היכל ביהמ"ד, חדרי תפלה, א מקוה מהודרה, א שמחה זאל, היכל הטישן, א.א.וו. ווען אין לויף פון די בוי ארבעט איז אויפגעטריבן געווארן אסטראנאמישע סומעס פון מיליאנען דאלארן דורך חסידי ואוהדי בית סאדיגורא לאנדאן איבער די וועלט, צו קענען אהערשטעלן דעם בית ה' ברוב פאר והדר.

אצינד ווען דער ביהמ"ד האלט שוין ביי די לעצטע פאזעס, איז שוין געווארן ענדגילטיג באשטימט די פייערליכע חגיגה פון "חנוכת הבית", אויף דעם קומענדיגן אנהייב חודש חשון תשפ"ו. שב"ק נח ג' חשון געפאלט די הילולא קדישא פונעם ראש השולשת דער הייליגער סבא קדישא מרוזין זי"ע, און ס'וועט אפגעראכטן ווערן א גרויסע שבתא דריגלא פאר כלל חסידי סאדיגורא לאנדאן, לרגל די הילולא ולרגל די בעפארשטייענדע חגיגה ושמחת הקהלה, און זונטאג נאכט דערויף, ליל ה' חשון, וועט געפייערט דער מעמד חנוכת הבית, קאמבינירט מיט א מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בשותפות בני הקהלה לע"נ דעם רבי'ן דער עטרת ישראל זצ"ל.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ