דינסטאג פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, אייזיק י., JDN
א יום שבתון אין לשכוח איז פאראיבער בחצר הקודש אלכסנדר אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, ביי די געהויבענע שבת התאחדות פון כלל חסידי אלכסנדר די בכל אתר ואתר, וואס האט גלייכצייטיג געדינט אלס שבת חנוכת הבית, ווען מ'האט אין אן היסטארישע ערייכונג גענצליך באנייעט דעם נייעם פראכטפולן בנין בית החסידים 'אמרי מנחם' אלכסנדר אין בארא פארק וועלכע איז גענצליך פארענדיגט געווארן מבית ומבחוץ במלוא הודו והדרו, לשם ולתפארת.
אין לויף פון די וואך האט דער רבי שליט"א אויפגענומען די חסידים תושבי בארא פארק לעצה ולברכה און אויך באזוכט בבתי האדמור"ים אין שטאט בארא פארק.
דער פריידיגער "שבת חנוכת הבית" איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם במחיצת הקודש פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וואס איז געקומען צופארן ממקום מושבו בארצינו הקדושה מחנך צו זיין די בית מקדש מעט. אויף שבת זענען געקומען צו פארן פילע חסידים און געסט פון איבער דער גארער וועלט, כולם נקבצו ובאו.
ביים זמן כניסת השבת האט מען אריבערגעפירט די ספרי תורה פונעם אלטן שטיבל צום נייעם היכל הבית מדרש, ברוב שמחה וריקודין, דאן האט די רבי מכבד געווען הנגיד רבי אהרן ברוך וועלטשער הי"ו קובע צו זיין א מזוזה ביים טיר פון די נייע חדר מיוחד וואס איז געבויעט געווארן פארן רבי'ן שליט"א אין ביהמ"ד, בנדבת לבו הטוב.
נאך מנחה און קבלת שבת איז די גאנצע ציבור דורך אל מול פני הקודש וואונטשן גוט שבת און שלום נעמען, און די פילע געסט זענען אריבער צום עטרת חי' זאל ווי עס זענען געפראוועט געווארן די סעודות שבת קודש בלילה וביום אויף א רייכע פארנעם, ווען אין לויף פון די סעודות האט מען געהערט דרשות פון רבני ומשפיעי הקהילה פון ארץ ישראל, ניו יארק און אנטווערפן.
צום באשטימטן צייט אום צען אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור אינעם שטיבל, די רבי האט אנגעהויבן די זמירות און מקדש געווען על הכוס, ביים טיש האט די רבי געוונטשן לחיים און געזאגט תורה, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ רבי אהרן שיף גאב"ד אנטווערפן, נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך ביים רבי'ן זאגן לחיים און באקומען כוס של ברכה.
בצפרא דשבתא האט מען פארקויפט די עליות להוצאות השבת ולטובת הבית המדרש, נאכן עולה זיין לתורה האט די רבי געמאכט א מי שברך פאר הנגיד רבי מאיר פישל הי"ו וואס האט געקויפט דעם רבינס עליה, און א באזונדערע מי שברך פאר אלע עסקנים וועלכע האבן משקיע געווען בגוף ובממון לטובת די אויפבוי פונעם בית גדול להשם. אויך האבן עולה געווען דער רב הביהמ"ד הגה"צ רבי יוסף ארנסטר שליט"א אב"ד אלכסנדר בארא פארק, און דעם רבינ'ס ברודער הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער מאלכנסדר. די רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל די יארצייטן די וואך פון זקינו הרה"ק בעל אמונת משה מאלכסנדר זי"ע, און פון הרה"ק רבי בצלאל יאיר מאלכסנדר זון פון הרה"ק רבי יחיאל זי"ע.
נאכן דאווענען איז די רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי אליעזר מנחם גראסמאן הי"ו און דארט אפגעראכטן א קידושא רבא מיט די בני המשפחה, נאכמיטאג פאר מנחה איז פארגעקומען א מעמד פאר די בחורי החבורות, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און מעודד געווען די בחורים לערנען אין ספרי אדמור"י אלכסנדר, די רבי האט דאן פארטיילט פירות פאר די ראשי החבורות, און מען האט איבערגעגעבן א ליסטע פון די בחורים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם מבצע פון שעות רציפות אין לויף פון די ימי השובבי"ם, די בחורים זענען אריבער ביים רבי'ן וואונטשן לחיים און ערהאלטן א מתנה, א הגדה של פסח.
בעת רעווא דרעווין האט מען געזינגען רננו צדיקים און די רבי האט ארומגערעט במשנתו פון זקינו די בעל הילולא הרה"ק בעל אמונת משה מאלכסנדר, די רבי האט פארטיילט לחיים פאר אלע גבאי השטיבלעך, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו מעריב לכבוד די הילולא קדישא, נאך מעריב און הבדלה איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן א גוטע וואך, אנגעפילט מיט פילע זעק השפעות נאך אזא געהויבענע שבת.