שטאט פשיסחא לעבט אויף ביי חגיגת הכנסת ספר תורה צום בנין הכנסת אורחים "דער ביאלא הויף"

זונטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


ווי יאהר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א ארויסגעפארן קיין פולין צום הילולא קדישא פונעם רבן של ישראל הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע כ"א אדר, און אפגעראכטן די נאכפאלגנדע שבת, אינעם עיר האבות פשיסחא אין פולין.

דאנערשטאג נאכמיטאג האט דער רבי אין די פמליה געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין קראקא, מען איז אריינגעפארן אין שטאט ווי מען האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם ב"ח אין טאג פונעם הילולא כ' אדר. פון דארט איז מען געפארן קיין לאנצהוט מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע בעל זרע קודש, ווי מען האט א לענגערע צייט שופך שיח געוועהן און געזונגען די ניגוני קודש וואס זענען מיוחס צום הייליגן ראפשיצער רב, ביים ענדע האט די רבי געמאכט א מי שברך פארן וויזניצער רבי שליט"א, מרן ישראל בן לאה אסתר – אן אייניקל פונעם ראפשיצער רב זי"ע – בתוך שאר חולי ישראל. 

כחצות הלילה ההאט מען דערגרייכט אתרא קדישא ליזענסק, וואו דער רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' אינאיינעם מיט די רבבות ישראל וואס האבן זיך געפינען אין ליזענסק, בעצם יומא דהילולא. 

אויף שבת האט דער רבי שליט"א – ווי געזאגט – געוויילט אינאיינעם מיט צענדליגער חסידים סמוך ונראה צום ציון המצוינת פונעם יהודי הקדוש, אין שטאט פשיסחא, און אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם בנין הכנסת אורחים 'דער ביאלא הויף' שע"י מוסדות ביאלא בני ברק, שבת בייטאג האט מען געדאווענט מוסף אינעם אלטן נאסטאלגישן בית הכנסת אין שטאט, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לרגל די געבורט פון אן אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בת הנולד ביי בנו הרב דוד מתתיהו ראבינאוויטש.

פרייטאג אינדערפרי ערב שבת קודש איז פארגעקומען די מעמד כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום הכנסת אורחים אין פשיסחא, נדבת לבו פון איינע פון די נגידי החסידות. 

מוצאי שבת האט זיך אנגעהויבן די תהלוכה פונעם ציון הק' אין פשיסחא, ווען דער רבי האט – נאכן מעמד עלייה לציון הק' – ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר. עס איז געווען א מחזה הוד צוצוזעהן די פרייליכע ריקודין ווען פילע חסידים טאנצן אינאיינעם גאר פרייליך און לעבעדיג בשמחת התורה, א סצענע וואס וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן אין שטאט פשיסחא זינט די צווייטע וועלט מלחמה. אנקומענדיג צום בנין הכנסת אורחים האט דער רבי אפגעראכטן די הקפות כמנהג ביאלא און פארגעזאגט די מזמורים. שפעטער מוצאי שבת איז פארגעקומען די סעודת מלווה מלכה אינאיינעם מיטן סעודת מצוה לגומרה של תורה.

זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן קיין ווארשא לכבוד די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל דברי בינה מביאלא זצ"ל, מקום מנוחתו אויפן בית החיים אין ווארשא, נאכן עליה לציון ברוב עם, איז פארגעקומען א שולחן לחיים דארט אין ווארשא ווי דער רבי האט טועם געוועהן לחיים, און משמיע געוועהן דברות קודש.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ