מיטוואך פ' פקודי • כ"ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
ווי יאהר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א אפגעפלויגן קיין ליזענסק פולין לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע וואס איז אויסגעפאלן פאריגן ליל שישי, ווי די רבי טוט אפרעכטן זיין עבודת הקודש ארום די טעג פונעם הילולא הארט נעבן דעם ציון הק' אין איז מעתיר ומפציר לדבר ישועה ורחמים בזכותו של אותו צדיק וקדוש.
דאנערשטאג מיטאג האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט פון ארץ ישראל אין באגלייטונג פון א ענגע קרייז מקורבים אין משמשים בקודש, פארנאכטס האט מען געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט ריישא וואו מען האט געדאווענט מנחה איז זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין ליזענסק.
בליל ההילולא קדישא כ"א אדר איז די רבי אנגעקומען צום שטאט ליזענסק, וואו עס האט אפגעווארט הרב שמחה קרקובסקי וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם הכנסת אורחים אין ליזענסק. נאך א קורצע אפרוה איז די רבי אריינגעקומען צו מעריב אינעם ביהמ"ד אין בנין הכנסת אורחים.
צומארגנס פרייטאג ערב שבת פארן זמן האט די רבי שליט"א פוקד געוועהן מקום מנוחתו פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, אין זיך דארט אויפגעהאלטן ביים ציון ביז צום שקיעה, די רבי האט געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם בעל ההילולא, און דערנאך אנגעהויבן די מזמורי תהלים מיט א געוואלדיגן התרגשות, ווען נהרי נחלי דמעות גיסן זיך פון זיינע אויגן, אזוי איז די רבי געשטאנען און א לענגערע צייט שופך שיח געוועהן לישועת הכלל והפרט. דערנאך האט די רבי גענימען קוויטלעך פון די ארומיגע אין אליין געשריבן א קוויטל ווי די רבי האט מזכיר געוועהן זיך – און די בני בית, קינדער און אייניקלעך. עס איז שוין געוועהן הארט פארן שקיעה ווען די רבי האט פארלאזט דעם אהל הק' און האט זיך אנגעהויבן גרייטן אויף שבת.
אויף גאר א געהויבענעם פארנעם איז געפראוועט געווארן שבת באתרא קדישא הדין, וואו דער רבי האט אפגעראכטן די תפילות אין טישן ברוב עם הדרת מלך, אינאיינעם מיט א גרויסן קיבוץ חסידים פון ארץ ישראל און אייראפע, אין נאך הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען צו פארן פוקד צו זיין דעם ציון הק' און זענען פארבליבן אויף שבת אין ליזענסק.
צו מנחה ערב שבת איז די רבי אריינגעקומען ביים זמן רבינו תם, און נאך א הפסקה כחצות הלילה איז די רבי אריינגעקומען צו קבלת שבת און מעריב און דאן מעריך געוועהן שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם. מען האט געבענטשט ארום 4:00 פארטאגס.
שבת אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען ביי חצות היום, ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געווען און אליינס געליינט די קריאה פון פרשת פרה. די סעודה שבת באטאג האט די רבי געגעסן אויף א פריוואטע פארנעם בחדרו הפרטי. ביים זמן רבינו תם איז די רבי אריינגעקומען צו שלש סעודות וואו מען איז דורך וואונטשן לחיים, פארן בענטשן האט די רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צדיק דער בעל ההילולא און ארומגערעט איבער די געוואלדיגע קדושת המקום – אדמת קודש הוא. מען האט געבענטשט אום צען אזייגער, און א שעה דערויף האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב. תיכף נאך הבדלה איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.