הויפט בלאט באריכט יומא אריכתא: געהויבענעם יום טוב שבועות אין אמשינוב פארצויגן גאנצע פיר טעג

יומא אריכתא: געהויבענעם יום טוב שבועות אין אמשינוב פארצויגן גאנצע פיר טעג

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


הונדערטער חסידים זענען געקומען צופארן מיטצוהאלטן די לאנגע קייט פון עבודת הקודש דורכאויס יום טוב שבועות בצל הקודש פון האדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פיר טעג נאכאנאנד, די תפילות און טישן זענען אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויפן דאך פון בנין המוסדות צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם אלטן היכל הבית מדרש און די היכל הטישן.

מאנטאג פארן זמן צאת החג איז דער רבי אריינקומען צו מעריב און דערנאך טיש קידוש געמאכט און מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור ביז שפעט אין די נאכט אריין.

אויפצומארגנס אסרו חג ביי די שקיעה איז דער רבי אריינגעקומען צו קריאת התורה און אקדמות. שפעטער נאך א הפסקה פון עטליכע שעה האט דער רבי אפגעראכטן די "מילכיגער טיש", די רבי האט טועם געוועהן מזונות געווואונטשן לחיים און פארטיילט מזונות פארן גאנצן ציבור.

די רבי האט זיך אויפגעהאלטן בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד ביז דאנערשטאג פארמיטאג ווען די רבי האט געמאכט הבדלה און זיך אהיימגעקערט לביתו נאווה קודש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00