הויפט בלאט באריכט ימי שנותינו שבעים שנה: זיבעציגסטן יום הבהיר פון האד' מסערט וויזניץ אפגעצייכנט ביים שוה"ט מוצאי יום הקדוש

ימי שנותינו שבעים שנה: זיבעציגסטן יום הבהיר פון האד' מסערט וויזניץ אפגעצייכנט ביים שוה"ט מוצאי יום הקדוש

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג א' דחול המועד סוכות • י"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי לוי


דעם יום הקדוש האבן חסידי סערט וויזניץ אפגעצייכנט דעם זיבעציגסטן יום הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ביום זרח אורו אין דעם הייליגן טאג יום הכיפורים בשנת תשט"ו. בעת דעם טיש נעכטן מוצאי יום הקדוש אין רמת וויזניץ חיפה, האבן די בחורי חמד תלמידי הישיבה איבערראשט דעם רבי'ן מיט א ספעציעלע מנחת ביכורים, וואו זיי האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות צו רעדן בלויז די אידישע שפראך און צו קובע זיין א לימוד אין ספרי חסידות כאטש צוואנציג מינוט א טאג, צוויי ענינים אויף וואס דער רבי טוט כסדר מעורר זיין די בחורים, בנסוף האט דער משגיח אין ישיבה הרב יצחק לעבאוויטש איבערגעגעבן חידושי סוגיות מפרי עמלם פון די בחורים.

דער רבי האט ארויסגעוויזן קורת רוחו און דערביי מכבד געווען די בחורים אנצוהייבן א ניגון, נאכן זינגען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש וואו ער האט ארויסגעגעבן זיינע הרגשים און דערביי זיך געוואנדן צו די יונגעלייט אז זיי זאלן זיך אויך מצטרף זיין צו די בחורים און נעמען אויף זיך די קבלות טובות. כמעשהו בראשונה האט דער רבי אויך מכבד געוועהן די יונגעלייט מיט א פרייליכן ניגון.

נאך דעם ניגון האט זיך דער רבי שליט"א אין אן אומגעווענדליכן שריט מתייחס געווען צו די רדיפת הדת אין ארץ ישראל מיטן גזירת גיוס בני הישיבות, און באטאנט אז די שווערע גזירות אויף דער עולם התורה זענען אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און אז ווען מען איז זיך מתבונן אין די געוואלדיג ריבוי פון תורה אין אונזער דור, קען מען פארשטיין דעם 'זה לעומת זה עשה אלוקים'. נאך די דברות קודש האט מען אנגעהויבן דעם ניגון "וכל קרני רשעים אגדע" וינועו אמות הסיפים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00