הויפט בלאט באריכט נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

געשריבן דורך admin

זונטאג ד' דחול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


פון חצר הקודש פשעווארסק אין אנטווערפען איז אין די יעצטיגער ימי המועד איבערגעגעבן געווארן די דראמאטישע מעלדונג אז דער בנין ביהמ"ד הגדול והחדש פשעווארסק וועט זיין גענצליך אפגעשפארט אויף יום טוב שמיני עצרת און שמחת תורה.

ווי דער ציבור האט מיטגעהאלטן איז די בוי ארבעט ביים נייעם פשעווארסקער ביהמ"ד אנגעגאנגען אין בליץ שנעלקייט פון בלויז צוויי חדשים ווי מען האט שוין אויף דעם א' סליחות באנייט דעם פילפאכיג-פארגרעסערטן ביהמ"ד, וועלכער איז ווייטער באנוצט געווארן יום טוב ראש השנה און יום הקדוש וואו דער ברייטקייט האט זיך געשפירט אין יעדן ווינקל שאפנדיג אן אומגעהויערע הרחבת הדעת פאר די טויזנטער חסידים המסתופפים בצל הקודש.

ליידער איז אבער דעם יום טוב סוכות זמן שמחתינו צושטערט געווארן ווען די לאקאלע אויטאריטעטן האבן זיך פארלייגט היות מען האט נאכנישט ערהאלטן אלע נויטיגע בוי-פערמיטן פארן געביידע, קען דער ביהמ"ד נישט זיין אין באנוץ פארן פאבליק, בנוסף האט זיך דער פייער דעפארטמענט פארלייגט מיט אלע כחות צו פארשפארן דעם בנין נאכדעם וואס די סעיפטי אינספעקשאנס זענען נישט נאכגעקומען די רעגולאציעס.

דורכאויס די ימי המועד האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן מערסטנס פון די תפילות און טישן אינעם סוכה בהיכל הכולל, כאטש וואס א חלק פון די נייע היכל בית המדרש איז אויסגעשטעלט געווארן צו קענען דינען אלס א "מהודר'דיגע סוכה", צו קענען דארט אפרעכטן די עריכת השולחנות ושמחת בית השואבה.

די הנהלת הקהלה האט זיך געלאזט קאסטן כוחות עצומות און גרויסע געלטער צוצושטעלן דעם היכל הכולל צו פארזיכערן שלא יבוטל התמיד, די תפילות און טישן, אלעס זאל ווייטער אנגיין, לויט די בעסטע מעגליכע אומשטענדן.

זעלבסט פארשטענדליך אז דאס האט גורם געווען עגמת נפש און די עסקנים זענען געזעצן אויף נאכאנאנדע מיטונגען מיט די שטאטישע באאמטע און די פייער דעפארטמענט אויפצוקומען מיט א לעזונג, אבער ווי עס שיינט איז עס געווען אן ערפאלג, און די פאליציי האט אינפארסירט א צייטווייליגע שליסונג פון דעם דעם ביהמ״ד הגדול.

נאכן דורכטוהן פארשידענע אלטערנאטיווע פלענער פארן יום טוב שמחת תורה האט די הנהלת הקהלה באשלאסן אפצודינגען די גרויסער בית רחל זאלן וואו דער רבי שליט"א פלעג בשנים קדמוניות אפרעכטן די הקפות שמחת תורה.

אין א ספעציעלע ווענדונג וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די הנהלת הקהלה ווערט געבעטן פון די הונדערטער געסט פון אלע עקן וועלט וואס האבן געפלאנט צו וויילן יום טוב בצל הקודש אין אנטווערפען, מען זאל לעת עתה נישט קומען צו פארן היות עס איז נישט פארהאן קיין קלארע פלענער אמבאלאנג אש"ל און דאס גלייכן. און באזונדער איז נישט קלאר וויפיל די רבי שליט"א וועט מיטהאלטן די תפילות און הקפות אינעם זאל געוואנדן לויט די אומשטענדן.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00