הויפט בלאט בילדער מאסיווע פראיעקט אויפצובויען נייע סוכה גדולה בחצר הקודש וויזניץ מאנסי

מאסיווע פראיעקט אויפצובויען נייע סוכה גדולה בחצר הקודש וויזניץ מאנסי

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' וזאת הברכה • י'ג תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


אין חצר הקודש וויזניץ אין מאנסי איז צום היי יעריגן ירח האיתנים אונטערגענומען געווארן א מאסיווע פראיעקט אויפצובויען א שפאגל נייע סוכה גדולה אין חצר פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ מאנסי, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים וועלכע קומען זיך באטייליגן ביי די זעכצן טישן במשך די ימי החג.

דורכאויס צענדליגע יארן איז די סוכה בחצר הקודש וויזניץ מאנסי געווען פלאצירט אין די ווייבער שול פונעם גרויסן ביהמ"ד, אבער צוליב די שווערע געדרענג ביי די טישן מיטן וואוקס פונעם ציבור בליעה"ר, זענען די עסקנים געווען געצווינגען אריינצושפרינגען אין דעם מאסיוון פראיעקט אויפצובויען א נייע גרויסע סוכה, וועלכע זאל האבן גענוג פלאץ פאר די טויזענטער חסידים וועלכע קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.

די נייע סוכה ווערט געבויעט אויפן ליידיגן שטח הארט נעבן דעם ביהמ"ד הגדול, ביי פילעס טערעס ביים ווינקל פון עליאט קאורט צווישן די ביהמ"ד הגדול און די היכל הטישן. אינעם ערשטן שלב פון די ארבעט האבן טראקטארן פלאך געמאכט די גאנצע באדן כדי צו קענען ארויפבויען דעם נייעם סטרוקטור. דערנאך איז די גאנצע שטח הערליך אויסגעפלאסטערט געווארן, און אין די יעצטיגע טעג ווערט פארענדיגט די נייע גרויסע סוכה, וועלכע פארמאגט א הויעכע דאך, ווי עס וועט קענען אריינגיין הויעך שטאקיגע פארענטשעס.

לויט די יעצטיגע פלענער וועט די שטח ווערן באנוצט רונדע דעם יאהר אלס א פארקינג לאט פאר די פילע חסידים באי ומתפללי ביהמ"ד.

איידער די ארבעט איז געלאזט געווארן אין גאנג, זענען די עסקנים זיך געגאנגען אדורכרעדן מיטן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע איז איבערגעגאנגען די פלענער אינאיינעם מיט די רבני הקהלה, און זיכער געמאכט אז די גאנצע סוכה זאל געבויעט ווערן בתכלית הכשרות וההידור, נאכדעם וואס די פריערדיגע סוכה אין עזרת נשים האט פארמאגט עטליכע לייכטע קולות. 

אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן איבער א נייעם איינפיר בחצר הקודש וויזניץ מאנסי, וועט היי יאהר געפראוועט ווערן די טישן מידי לילה בלילה פון חול המועד, מיט מוזיק, אנדערש ווי עס איז געווען נוהג ביז היינט, וואו מען וועט זיך משמח זיין בתופים ומחולות לכבוד שמחת המועד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00