זונטאג ד' דחול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
חסידי תולדות אברהם יצחק האבן היינטיגן זונטאג חול המועד אפגעגעבן א שבח והודאה נאך די עמערדזשענסי פראצעדור וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז אדורך אויפן הארץ און איז בחסדי שמים פאראיבער מיט הצלחה.
דער רבי שליט"א וועלכע האט נישט גוט געשפירט שבת, איז די נאכט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס די רעזטלטאטן פון אן אונטערזיכונג האט געוויזן אז דער רבי האט געליטן פון א לייכטע הארץ אטאקע,
מען האט באשטימט דורכצופירן אן עמערדזשענסי פראצעדור אויפן הארץ אום 3:00 נאכמיטאג. די רבי האט געדאווענט שחרית הלל און מוסף מיט א מנין מצומצם אין זיין שפיטאל צימער אין די צייט וואס די פראפעסארן האבן אבזערווירט דעם רבינס געזונט צושטאנד זיך גרייטנדיג דורכצופירן דעם קאמפלעצירטן פראצעדור.
דער פראצעדור האט געדויערט א שעה צייט און איז אדורך ווי געפלאנט,די רבי שליט"א איז שוין ארויס פונעם אפאראציע צימער און האט רעאגירט צו די ארומיגע, די דאקטוירים וועלן אין די קומענדיגע שעות ווייטער אבזערווירן וויאזוי דער רבי קומט צו די כוחות, מיטן האפענונג אז צו קענען נאך בעפאר יום טוב באפרייען דעם רבי'ן פון שפיטאל.
ווי נאר עס איז אנגעקומען די בשורה טובה איבער די סוקסעספולע פראצעדור האבן די חסידים וועלכע זענען געווען פארזאמלט אויף מניני תהילים אין די בתי מדרשים, אויסגעבראכן אין ריקודין של שמחה בתופים ובמחולות צו דאנקן און לויבן אויף די גרויסע חסדים.
שפעטער נאכמיטאג וועט אפגעהאלטן ווערן נאך א תפילת רבים אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים וואו מען וועט מעתיר זיין בתפילה ותחנונים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מרן שמואל יעקב בן יענטא, די רבי זאל גענצליך צוריקקומען לאיתנו הראשון און קענען אהיימקומען אויף יום טוב בבריאות השלימה.